זשאבינקע
|
זשאַבינקע (בעלאַרוסיש: Жабінка, [ˈʐabʲinka]; רוסיש: Жабинка; פּויליש: Żabinka) איז א שטאט אין בריסקער גובערניע, דרום־מערב בעלארוס, 23 ק"מ מערב פון קאברין, 24 ק"מ מזרח פון בריסק.
זי האט א באפעלקערונג פון 12,800.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1882 האט מען געעפנט א באן סטאנציע אין זשאבינקע אויף דער ווארשע - בריסק - מאסקווע ליניע. דאס האט אנגעהויבן אן אנטוויקלונג פון דעם ארט. אין צוואנציק יאר האט דאס דארף פארוואנדלט אין א שטעטל, אריינציענדיק האנדלסמענטשן.
במשך 125 האט די שטאט זיך פארשפרייט לענגאויס דער גאס דרום פון דער באן סטאנציע צום בריסק-מאסקווע שאסיי, וואס איז היינט די אריבערקאנטינעטאלע רוטע E30.
נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען געבויט צפון פון דער באן ליניע א גרויסע צוקער ראפינעריע.
ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז זשאבינקע געווען אין קאברינער באצירק, גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע. צווישן די צויי מלחמות איז זי געווען אין קאברינער באצירק, פאלעסיער גובערניע.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די שטאט ליגט אויפן מוכאוועץ טייך ביים צוזאמענפלוס פונעם זשאבינקע טייכל.
אין דעם מערב טייל פון דער שטאט געפינט זיך א גרויסער רעזערווואר.
די שטאט באדעקא א שטח פון 9.11 קוואדראט ק"מ.
יידישע היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1920 האבן געוואוינט אין זשאבינקע 445 יידן.[1] דער רב איז געווען הרב אברהם יצחק גרשונאוויטש, דער שווער פון רבי מיכל יהודה ליפקאוויטש.