זכריה חנא בערגנער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

זכריה חנא בערגנער, אדער ווי באוויסט מיטן פסעוודאנים מיילעך ראוויטש איז געווען א דיכטער אין יידיש.

געבוירן אין יאר 1893, אין רעדים אין גאליציע, פוילן. פון יונגווייז אן איז ער שוין געווען א דיכטער. אין 1912 איז ער מאביליזירט געווארן אין מיליטער, פון עסטרייך אונגארישע אימפעריע, און געדינט אלס זעלנער ביי די ערשטע וועלט מלחמה.

נאכן מלחמה איז ער געווען א שטיק צייט א וואנדערער, אין 1921 האט ער זיך באזעצט אין ווארשע, ווי ער האט זיך גענומען שרייבן יידיש ליטעראטור.

אין 1935, האט ער עמיגרירט קיין אויסטראליע. אין 1933, איז ער שוין געווען אין אויסטראליע, צו באטראכטן דעם קימבערלי פלאן, וואס די טעריטאריעליסטן האבן פארגעשלאגן, ווי יידן וועלכע ליידן פון די אנטיסעמיטיזם אין אייראפע, ספעציעל נאכדעם וואס אדאלף היטלער איז געקומען צו די מאכט אין דייטשלאנד. זאלן קענען אויפשטעלן א יידישע אטאנאמיע, אין מערב אויסטראליע. ער איז געקומען צום איבערצייגונג, אז עס איז מעגליך עס דורכצופירן. פונעם פלאן איז גארנישט געווארן שפעטער, נאכן אויסבראך פון צווייטע וועלט מלחמה.

ער איז ארומגעפארן א וועלט. אין 1941, האט ער זיך באזעצט אין קאנאדע. און אין 1954 האט ער געמאכט עליה, און געקומען וווינען אין ישראל, ווי ער האט געוווינט ביז זיין טויט אין 1976.

ער האט געשריבן אסאך לידער, עסייען, און יידישע פילאסאפיע. זיינע ביכער זענען געדרוקט געווארן אין מערערע פלעצער.