לדלג לתוכן

זכרון אהרן

פֿון װיקיפּעדיע
זכרון אהרן
oraytabooks.com

מכון זכרון אהרן איז א מוסד וואס ווערט פינאנצירט און אנגעפירט דורך משפחת בלייער-שטייף אייניקלעך פון הרב יונתן שטייף, וואס געבן זיך אפ מיט מוציא לאור זיין פארשידענע כתבי ידות און אזוי אויך איבערדרוקן אלטע ספרים אויף א היינטיגן פארמאט.

עס איז אויפן נאמען פון ר' אהרן בלייער ז"ל טאטע פון הרה"ח ר' נתן קארפל הי"ו בלייער מייסד און הויפט אנפירער פון דעם פראיעקט.

(בערך) אין יאר תשי"א זייענדיג אייניקלעך פון ר' יונתן ז"ל האבן זיי געגרינדעט אן אנשטאלט ארויסצוגעבן און איבערצודרוקן און מגיה זיין זיינע ספרים.

שפעטער האבן זיי זיך אויסגעשפרייט אויך אויף מפנעח צו זיין זיינע פולע כתבים, און וואס עס איז שייך דערפון ארויסצוגען לאור עולם.

אין די לעצטערע יארן האט זיך דאס נאך מער אויסגעברייטערט אויף נאך און נאך ספרים עתיקים וואס זיי זענען מגיה און זעצן דאס איבער פריש פונדאסניי און פארקויפן דאס פאר פארהעלטנסמעסיגע ביליגע פרייזן, עס איז עפ"י רוב אזעלכע ספרים וואס רבנים און לומדי תורה באנוצן זיך דערמיט, אזוי אז עס איז נישט קיין דירעקט פראפיטבארע ליניע אבער זיי גייען אן מיט זייערע פראיעקטן אויף א גרויסן פארנעם.

  • מצוות השם
  • חומש לימודי ה'
  • שיטה מקובצת החדש
  • חדשים גם ישנים
  • שו"ת מהר"י שטייף
  • דרשות על התורה צייטווייליג איז נאך נאר דא אויף ספר בראשית
  • הגדה של פסח

מדרש פרקי דרבי אליעזר, ירושלים, תשס"ה