זיטאמיר-סלאוויטא דרוק

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די זשיטאמיר-סלאוויטא דרוק איז געווען איינע פון צוויי דרוקערייען וואו די רוסלענדישע אימפעריע האט ערלויבט צו דרוקן ספרים.

די דרוק איז געפירט געווארן דורך די קינדער פון רבי פינחס קארעצער. אין זייער צייט האבן זיי געהאט א מאנאפאל צו דרוקן א ש"ס. עס ווערט געברענגט אז זיי האבן געטובל'ט די מאטריצן אין א מקוה איידער מ'האט אנגעהויבן דרוקן דעם ש"ס. די ספרים געדרוקט אין סלאוויטא און זשיטאמיר זענען היינט פון די גאר טייערע ארטיקלען אינעם אנטיק מארק, וואס די פרייזן זענען גאר הויעכע, צוליב זייער חשיבות קדושה און היסטאריע.