זיבן יעריגער קריג
דער זיבן יעריגער קריג (1756-1763) איז געווען א גרויסער קריג צווישן פרייסן און דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון איין זייט און עסטרייך, פראנקרייך, רוסלאנד, שוועדן און זאקסאניע פון דער צווייטער זייט. די פעלקער האבן זיך צעשלאגן איינס מיט אנאנד סיי אין אייראפע און סיי אין די קאלאניעס. במשך די זיבן יאר זענן געהרגעט געווארן פון 900,000 ביז 1,400,00 מענטשן.
די מלחמה האט זיך אנגעהויבן דעם 17טן מײ 1756, ווען בריטאניע האט דערקלערט מלחמה קעגן פראנקרייך נאך קאנפליקטן אין צפון אמעריקע דער קריג האט אויסגעבראכן ווען פרידריך דער גרויסער פון פרייסן האט זיך ארײַנגעריסן אין זאקסאניע.
בשעת דער מלחמה האט פרייסן געקעמפט דער הויפט עסטרייך, רוסלאנד און שוועדן בשעת בריטאן געקעמפט קעגן פראנקרייך. די מלחמה האט זיך געענדיקט דעם 10טן פעברואר 1763 מיט א בריטיש-פּרייסישן נצחון.
נאכן קריג איז געווארן א סוף צו פראנקרייך'ס פאזיציע אלס א גרויסער קאלאנינאלער מעכט אינעם קאנטינענט אמעריקע, און עס איז אויך געבליבן שוואך אין אייראפע ביז דער פראנצויזישער רעוואלוציע.