וויליאם, פרינץ פון וויילס

פֿון װיקיפּעדיע
וויליאם, פרינץ פון וויילס
William, Prince of Wales
געבורט 21 יוני 1982 (אלט 41)
לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אפיציעלע וועבזייטל
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פּרינץ וויליאַם, הערצאג פון קארנוואל און קיימברידזש

  

פּרינץ וויליאַם, הערצאג פון קארנוואל און קיימברידזש, KG , KT , PC , ADC (וויליאם ארטור פֿיליפ לואיס; געבוירן דעם 21סטן יוני 1982) איז א מיטגליד פון דער בריטישער קעניגלעכער פאמיליע און דער קרוינפרינץ פונעם בריטישן טראָן . ער איז דער עלצטער זון פון טשאַרלעס דער דריטער און דיאנא, פּרינצעסין פון וויילס. ער איז דער עלצטער אייניקל פון דער מלכה עליזאַבעט די צווייטע, און פּרינץ פֿיליפ, הערצאג פון עדינבורג. מען האט אים באשאנקען מיטן טיטל פרינץ פון וויילס אום 9טן סעפטעמבער 2022, גלייך נאך ווען זיין פאטער איז געווארן קעניג.

ער האט געהייראט קאַטערין ״קייט״ מידלטאן, איצט קאַטערין, פּרינצעסין פון וויילס, אום 29סטן אפריל 2011.[1] פֿאר זיין חתונה, האט מען געגעבן פרינץ וויליאם דעם טיטל הערצאג פון קיימברידזש, ערל פון סטראַטערן און באַראָן קאַריקפֿערגוס .[2] [3]

יוגנט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פּרינץ וויליאם איז געבוירן אין סט מערי׳ס שפיטאָל אין לאָנדאָן. זיין פאטער איז טשארלס דער דריטער און זיין מוטער איז געווען דיאנא, פּרינצעסין פון וויילס. ער איז דער דריטער אייניקל פונעם פֿריערדיקן מאנארך, עליזאַבעט די צווייטע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.

קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום 22סטן יולי 2013, האט קאַטערין געבוירן אַ יינגל. מען האט מודיע געווען אז מען וועט אים רופן פּרינת דזשארזש פון קיימברידזש, מיטן פֿולן נאָמען דזשארזש אלעקסאנדער לואיס.

א טאָכטער, פּרינצעסין שאַרלאט פון קיימברידזש, איז געבוירן צו וויליאם און קאַטערין אום 2טן מאי 2015, מיטן פֿולן נאָמען שאַרלאט עליזאַבעט דיאַנאַ.

אום 23סטן אפריל 2018, איז געבוירן א צווייטער זון צו וויליאם און קאַטערין, מיטן נאָמען לואיס ארטור טשארלס.

עליזאַבעט די צווייטע, באָבע פונעם פרינץ פון וויילס

 

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "Crowds cheer newly-wed couple", BBC News (29 אפריל 2011). דערגרייכט דעם 24 יולי 2012. 
  2. Titles announced for Prince William and Catherine Middleton. Buckingham Palace (‏24 יולי 2012). דערגרייכט דעם 29 אפריל 2011.
  3. "Kate and William become Duke and Duchess of Cambridge", BBC News (29 April 2011). דערגרייכט דעם 24 July 2012.