וואלדהיים
48°41′39″N 132°58′1″E / 48.69417°N 132.96694°E וואַלדהיים (רוסיש: Валдгейм) איז אַ דאָרף אינעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין רוסלאַנד.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאָס דאָרף איז געגרינדעט געוואָרן אין 1928 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער פון קאַזאַן, מאָהילעוו און דנעפּראָפּעטראָווסק. איינצײַטיק איז אינעם דאָרף געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "אילייִטשס געבאָטן". אין 1929 האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שולע אין וואלדהיים, און מ'האט געלערנט אלע לעקציעס אויף יידיש.
אין 1930 איז אין וואַלדהיים געשאַפן געוואָרן אַ ייִדישער דאָרפסראַט. אין 1932 איז דער פאָרזיצער פונעם קאָלווירט אין וואַלדהיים געווען אַ געוויסע צײַט דער דיכטער עמנואל קאַזאַקעוויטש. אין די דרײַסישער יאָרן איז אין וואַלדהיים דערשינען אַן אָרטיקע צײַטונג אויף רוסיש און אויף ייִדיש.
די באַפעלקערונג פון וואַלדהיים באַטרעפט לויט די אָנגאַבן פונעם 2010 יאָר 1912 נפשות.