וואטע שפיץ
א וואַטע שפיץ איז א קליין שטיקל באוול וואטע געוויקלט ארום א קורצן שטעקן, וואס איז געוויינלעך לאנג 7.5 צ"מ.
מ'ניצט אים צו פיצן די אויערן, און דעליקאטע רייניגונג געברויכן. אבער די דאקטוירים האלטן אז אריינשטעקן א וואטע שפיץ אין אויער אריין איז נישט אין ארדנונג.
דעם וואטע שפיץ האט לעא גערסטענזאנג אויסגעפינדן אין אמעריקע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
וואטע שפיץ