התקווה 6

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

התקווה 6 איז אן ישראלישע מוזיק טרופע וואס האט אנגעפאנגען צו שפילן אין יאר 2004. די גרופע באשטייט פון פיר קלעזמערס און פיר מיטגלידער, וואס צוויי פון זיי וווינען אין רמת השרון, און זייער אדרעס איז גאס התקווה 6. זיי שפילן רעגיי מוזיק, וואס איז שטארק פאפולער אין דזשאמייקע.

זיי האבן ארויסגעגעבן עטליכע לידער, און אין יאר 2007, איז ארויס זייער ערשטע רעקארדירונג.

אין יאר 2008, זענען זיי געווען אין די פאראייניקטע שטאטן, אויפצוטרעטן דארט אין קאנצערטן.

אין 2009, איז ארויס זייער צווייטע רעקארדירונג.