לדלג לתוכן

הצלת יהודי צרפת

פֿון װיקיפּעדיע

הצלת יהדות צרפת (טייטש אין יודיש: "רעטונג פין פראנצויזישע יודן") איז אן ארגעניזאציע וואס איז געגרידענט געווארען ה'תשע"ו דורך די קאליבער רבי משה טויב וואס ער האט אנערקענט לאור די פארמערטע אטאקעס אין פראנקרייך ווילן אידען אנטלויפען פון דארט און די ציוניסט'ישע ארגעניזאציעס מאכען קאמפיינען אז מען זאל עולה זיין קײַן ארץ ישראל, און טויזענטער אידען האבען גענימען די וואנדער שטעקען און ארויף אויף ארץ ישראל זייענדיג אין ארץ ישראל וואס איז פאר זיי א פרעמד לאנד האבען זיי זיך באזעצט און פרייע געגנט'ן און ס'האט געהויערט א סכנה אויף זייער אידישקייט,

האט די קאליבער רבי אלאמירט מיט בריעפן צו זיינע טויזענטע נאכפאלגער אין פראנקרייך נישט דאס צו טוען מען זאל בלייבען אין פראנקריייך און פאר די וואס האבען שוין עולה געווען האט ער געמאכט א מוסד וואס געבט זיך אן מיט די אידען זיי זאלן באקומען א גיטע אידישע חינוך.

צו דער ארגענזאציע האט זיך צוגשטעלט דריי גרויסע רבנים דער סאטמאר רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים און הרב מלכיאל קאטלער ראש ישיבה גבוה לעיקוואד מיט הרב דוד פיינשטיין ראש ישיבת תפארת ירושלים, וואס די דריי רבנים מיט הילף פון נאך אנדערע רביים ורבנים ווי סקולענער רבי, פארען כסדר ארום שאפען די מליאנען דאלער צו ראטעווען אט דער שבט,

די ארגענזאציע האט שוין אנהייב שולע יאר תשע"ז פארטיילט מליאנען פאר די וואס זענען געבליבען אין פראנקרייך און פאר די עולים לארץ ישראל

די ארגענזאציע באשטייט פון גרויסע פילאנטראפען רובי שרון ראבון וואלף אליעזר קעסטענבוים וואס שטייען און שפיץ פון די אקציעס און די קאסע ס'זאל פארטיילט ווערן מיט ערליכקייט און יושר, לויט די הוראה פון די גדולי הרבנים נשיאים קרן הצלת יהדות צרפת,