רבי ר' העשיל פון קראקע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון העשיל פון קראקע)
רבי ר' העשיל פון קראקע
די אלטע מציבה פון רבי׳ן ר' העשיל אין דעם קראקעווער בית עולם
די אלטע מציבה פון רבי׳ן ר' העשיל אין דעם קראקעווער בית עולם
געבורט 1595
ה'שנ"ה (בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1663 (אלט 68 בערך)
כ' תשרי ה'תכ"ד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
די נייע איבערגעמאכטע מציבה פון רבי׳ן ר' העשיל אין קראקע

רבי אברהם יהושע העשיל פון קראקע (~ה'שנ"ה, 1595כ' תשרי ה'תכ"ד, 21סטן אקטאבער 1663), באקאנט אלס דער רבי ר' העשיל (פון קראקע) איז געווען פון די גרעסטע רבנים און פוסקים אין זיין דור.

ער האט געדינט ווי ראש ישיבה און שטאט׳ס רב אין לובלין און קראקע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן ארום שנת שנ"ה צו זיין פטאער רבי יעקב, וואס איז גיווען דער רב און ראש ישיבה אין בריסק, ליטא (היינט בעלארוס). ר' העשיל איז בעיקר געווען א תלמיד פון זיין טאטע, מיט די צייט האט ער צו געהאלפן זיין טאטע מיטן פירן זיין ישיבה אין בריסק. זיין ערשטער ווייב איז אוועק יונגערהייט, אין יאר שצ"ה איז זיין פטאער ר' יעקב נתקבל געווארן אלץ רב און ראש ישיבה אין דער שטאט לובלין, פוילן. אויך דארט איז ער געשטאנען צו זיין פאטערס זייט און איז געווען זיין רעכטע האנט. אין יאר ת"ד איז זיין טאטע אוועק און ר' העשיל האט ווייטער געפירט די ישיבה, אין יאר ת"י איז ער אויכעט נתמנה געווארן אלץ רב פון דער שטאט. אינעם יאר תי"ד איז אוועק דער תוספת יום טוב, רבי יום-טוב ליפמאן העלער, וואס האט געדינט אלס רב פון קראקע, און דער רבי ר' העשיל איז נתמנה געווארן רב אין זיין פלאץ. אין קראקע האט ער אויכעט געפירט די ישיבה, דארט האט ער געהאט גאר חשובע תלמידים ועלכע א גרויסע טייל פון זיי זענען שפעטער געווארען פון די גדולי הדור (זעה שפעטער).

ער ווערט גערעכענט אלץ איינער פון די גדולי הדור, און איז געווען זייער באליבט ביי די מאסען.

זיין שיטה פון לערנען איז געווען צו פארטיפען אין די רייד פון די גמרא מיט רש"י און תוספות, און פון דארט ווייטער צו לערנען מיט די ראשונים "לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא", ער איז געווען אנקעגען די דרך פון לערנען סתם פילפול.

אין דער תקופה פון ת"ח ות"ט, איז ער געפארן קיין וויען וואו ער האט זיך געטראפן מט די אנשי המלוכה כדי צו שתדלען פאר די אידן, ער איז אויכעט געגאנגען נאך געלט צו העלפן די אלע אידן וואס זענען געשעדיגט געווארן אין די ת"ח ות"ט יארן.

ער איז אוועק אין קראקע כ' תשרי תכ"ד.

זיינע באקאנטע תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי גרשון אשכנזי- בעל "עבודת הגרשוני"
  • רבי שמואל קוידאנאווער- מהרש"ק.
  • רבי שבתי כהן- דער ש"ך
  • רבי דוד לידא-עיר דוד.
שער בלאט פונעם ספר חנוכת התורה געדרוקט אין פיעטרקאוו תר"ס

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט מחבר געווען א סאך ספרים, אבער נאר א קליינער טייל פון זיי זענען געדרוקט געווארן:

  • חידושים על מסכת בבא קמא
  • חידושים והגהות על הסמ"ק
  • חנוכת התורה- א ליקוט פון זיינע חידושים על סדר התורה וואס איז מלוקט פון מער ווי צווי הונדערט ספרים וואס זיי בריינגען זיינע חידושים

זיינע פסקים און חידושים זענען פארשפרייט אין די ספרים פון זיינע תלמידים און אין די ספרים פון די אנדערע גדולי הדור, צום ביישפיל דער ש"ך, נודע ביהודה, חכם צבי, חתם סופר און נאך.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע קינדער זענען:

  • רבי יהודה לייב
  • רבי מרדכי
  • רבי יששכר בער (באקאנט ווי רבי בעריש בהגאון; ער האט געפירט די אידישע קהילה אין קראקע און איז געווען דער פרנס הכולל פון דעם ועד ארבע ארצות.
  • רבי שאול אב"ד אין בריסק און אין קראקע, דער פאטער פון רבי אריה לייב פון אמסטערדאם (איידעם ביים חכם צבי)
  • רבי שמואל שמואל מרדכי, ער איז יונגערהייט אוועק
  • די ווייב פון רבי אברהם (זייער זון רבי משה איז געווען דער אב"ד פון הוראדנא און דער מחבר פונעם ספר ״תפארת למשה״
  • רעבעצין העסיא די ווייב פון הגאון הגדול רבי מאיר אב"ד אפטא און לובלין
  • רעבעצין ברונא די ווייב פון הגאון רבי צבי הירש (ער איז שפעטער געווארען א איידים ביי זיין שוואגער ר' יהודה לייב דער זון פון דער רבי ר העשיל)
  • רעבעצין פיגא די ווייב פון רבי נפתלי הירש אב"ד פינטשאוו און לובלין
  • רעבעצין קריינדל די ווייב פון רבי פייוויל איינער פון די אנפירערס פון דער שטאט קראקע
  • רעבעצין אסתר (זי איז אוועק ב' ניסן תכ"ח) די ווייב פון רבי נתן נטע אן אייניקל פונעם ״מגלה עמקות״

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]