הילף:רער קונץ

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער רער קונץ ניצט דעם רער סימבאל ("|") צו פארמיידן אריינקלאפן די לינקע זייט פון א רערלינק פאר פארשידענע סארטן וויקילינקען. דאס קען אויך פארמינערן גרייזן אין די לינקען

ווען דער לעצטער סימבאל אין א לינק איז דער רער סימבאל, וועט דער רער קונץ אויטאמאטיש שאפן דעם טעקסט וואס דארף ווערן געוויזן פאר יענעם לינק. דאס פאסירט ווען מען היט אויף דעם בלאט. ער נעמט אראפ איינגעקלאמערטן טעקסט אין דעם לינק קעפל, אויך טעקסט נאך א קאמע אין א קעפל און נאמענטייל פרעפיקסן. דערווייל טוט דער רער קונץ נישט ווירקן אויפן לייטערל ("#") (וואס מען ניצט צו לינקען גראד אין אן ארטיקל אפטייל אריין). אויך ארבעט נישט דער רער קונץ אין דעם קורץ ווארט פון א רעדאקטירונג, אדער צווישן <ref> טאגן.

ביישפילן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אזוי דער טעכניק קען אמאל זיין שווער צו פארשטיין, ביטע זעט די פאלגנדע ביישפילן:

קלאפן דאס אריין שאפט דאס ביים "אויפֿהיטן בלאַט" זעט אויס
ארטיקל קעפלעך
[[רער (קאמפיוטעריי)|]] [[רער (קאמפיוטעריי)|רער]] רער
[[וויליאמסבורג, ברוקלין|]] [[וויליאמסבורג, ברוקלין|וויליאמסבורג]] וויליאמסבורג
[[אריה לייביש האלבערשטאם (זשמיגראד)|]] [[אריה לייביש האלבערשטאם (זשמיגראד)|אריה לייביש האלבערשטאם]] אריה לייביש האלבערשטאם
ווײַטערפֿירונג
[[זשארזשיע (לאנד)|]] [[זשארזשיע (לאנד)|זשארזשיע]] זשארזשיע
[[זשארזשיע (שטאט)|]] [[זשארזשיע (שטאט)|זשארזשיע]] זשארזשיע
אנדערע נאמענטיילן
[[װיקיפּעדיע:היסטאריע|]] [[װיקיפּעדיע:היסטאריע|היסטאריע]] היסטאריע
[[באַניצער:געווינער|]] [[באַניצער:געווינער|געווינער]] געווינער

פארקערטער רער קונץ[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ווען דאס קעפל פונעם ארטיקל מיטן לינק איז כולל אן אייגערינגלטן טערמין אדער א קאמע, שטעלן א רער ביים אנהייב פון א לינק וועט מוסיף זיין דעם אנטקעגענענם טעקסט.

למשל, ווען מען שטעלט דעם לינק [[|וויזשניץ]] אין דעם בלאט בלאט (באדייטן), ווערט דער לינק פארברייטערט צו [[וויזשניץ (באדייטן)|וויזשניץ]].

ווען דער ארטיקל קעפל האט נישט קיין קלאמערן אדער קאמע, טוט דער פארקערטער רער קונץ גארנישט אויף ; דער רער ווערט פשוט אוועקגענומען . מען קען נישט ניצן דעם פארקערטן רער קונץ ווען דער בלאטנאמען האט א צווייפינטל.