היימלאנד
היימלאַנד איז א יודיש בוך פון בירא-בידזשאנער לידער געשריבן דורך איציק פעפער און ערשינען דורך איקאר אין ניו יארק 1944 לכבוד דער באגעגעניש פון דער עזעקוטיווע פונעם איקאר מיט דער סאוועטישער דעלעגאציע, וועלכער איז באשטאנען פון שלמה מיכאלס און איציק פעפער, אין לינקאלן האטעל דעם 21סטן סעפטעמבער 1943.
די אייננאמע פון דעם בוך איז געגאנגען פאר הילף צו דער רויטער ארמיי. עס איז צאמגעשטעלט געווארן דורך יצחק אלחנן ראָנטש, דער רעדאקטאר פון ניי לעבן, חודש זשורנאל פון איקאר.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס בוך אנטהאלט אכט-און-פערציג לידער אין דריי אפטיילונגען אין א ס"ה פון 125 זייטן. מארק שאגאל האט בייגעטראגן אכט צייכענונגען ווי א מתנה צו דער הילף-אקציע פאר דער רויטער ארמיי.
אויף זייט דריי איז אויך פאראן א בילד פונעם פאַרפאַסער.
די ערשטע אפטיילונג אנטהאלט איבערהויפט לידער וועלכע באזינגען ביראבידזשאן.