הייליגקייט

פֿון װיקיפּעדיע

הייליגקייט איז א העכערער געטליכער באגריף, וואס איר מיינונוג איז א מיסטישער געפיל געמישט מיט א רעליגיעזן גרונט פון טראדיציע, וואס מענטשן דורכאויס היסטאריע האבן אייביג געשטרעבט דאס צו לעבן, און דערמיט שפירן אז מען איז נאנטער צו גאט, און דערמיט ערליך.

שלימות - גאנצקייט, תיקון המידות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די איינפאכער טייטש איז גאנץ, אז אזוי ווי ג-ט איז א מושלם א פולער אויסגעארבייטער כביכול'דיגער פערזאן, - "כי קדוש אני" - אן קיין שום פעלער און שוואכקייט, אזוי איז די ארבייט פון יעדע מענטש אויף די וועלט זיך אויסצוארבייטן די שלעכטע מדות און שוואכקייטן, צו זיין הייליג, און רש"י זאגט א עצה וויאזוי צוציקומען צו די הויכע מדרגה.

דערפאר הייסט אן ערליכער מאן, א הייליגער מאן, ווייל ער איז אויסגעארבייט און קען נישט טאן זינד, פונקט ווי גאט.

הייליגקייט אין יידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קדושה

די תורה באפעלט: "קדושים תהי' כי קדוש אני". לויט רש"י מיינט דאס לעבן מיט פרישות - זיך אפזונדערן און נישט נאכגיין געשמאקע גלוסטיגע ציאונגען בעיקר סעקס. (אבער לויט אנדערע ראשונים מיינט דאס אויך אייז קרים, פיצא, וויין א.א.וו.) אזוי ווי די תורה באפעלט ערגעץ אנדערשט "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם". אפילו זאכן וואס מ'מעג טאן זאל מען זיך צוריק האלטן, ווייל צום סוף וועט מען דורכפאלן מיט זינד, - און דערמיט וועט מען זיין אינגאנצן איבערגעגבן פאר גאט און זיין ווילן.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]