האליפאקס
מראה
האַליפֿאַקס איז א שטעטל אין וועסט יארקשיר אין צפון ענגלאנד, נישט ווייט פון בראדפארד. אין 2001 איז זיין באפעלקערונג געווען 82,056. האליפאקס איז באקאנט אלס א צענטער פון וואל פאבריקאציע, און אלס די היים פון האליפאקס באנק.
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]האליפאקס האט אויטאבוס און באן דינסטן. פון האליפאקס באן סטאנציע קען מען פארן קיין לידז, בראדפארד, מאנטשעסטער און ליווערפול. די באן פירמע איז נארדערנער באן. 53°43′30″N 1°51′45″W / 53.72500°N 1.86250°W