האטעל
האטעל איז א פלאץ פאר אש"ל פאר מענטשן וואס צאלן געלט זיך אויפצוהאלטן געוויינליך פאר א קורץ-טערמינענדיגער באזיס ווען מען איז אוועק פון די אייגענע היים צו אויף טוריזם, אדער א ביזנעס רײזע אדער א וואקאציע.
די מינימאלע סערוויסעס וואס דער האטעל שטעלט צו איז א בעט צו שלאפן און א טוש מיט א בית הכסא זיך אפציוואשן און טוען די געברויכן.
אבער רוב געבן שוין היינט מאלצייטן צו עסן, און א קליינער פרידזשידער צו האלטן פריש די עסן וואס מ'האט זיך מיט געברענגט, און זייף מיט שאמפו זיך אפציוואשן, אויך א טעלעוויזיע צו האלטן פארוויילט דעם קליענט.
די גרעסערע האטעלן שטעלן צו פארשידענע לוקסוסדיגע סערוויסעס פאר אירע אויפהאלטער ווי א רעסטוראנט, דעי קער, שווימבאד, ספאס און געשעפטן , מער גרעסערע האטלן האבן ביזנעס קאנפארענץ צימערן און אפילו זאלן צו דארטן אפהאלטן צוזאַמענטרעפונגען.
קלאסיפיקאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז איינגעטיילט ביז 5 שטערענעס צו מעסטן די רייכקייט פון די סערוויסעס פון א האטעל וואס דער בעסטער סטאנדארט און דעריבער דאס טייערסטער איז א פינעף שטערנדיקע האטעל.