דרך אמונה (סיגעט)
מראה
דרך אמונה איז א ספר מיט חידושים און דרושים על התורה און מועדים געשריבן אין לשון הקודש מערסטנס געבויעט אויפן זוהר און געדרוקט אין רש"י אותיות, געדוקט פון די כתבים געשריבן דורך רבי מנחם מענדל שטערן סיגוטער רב (דאן סיהאט) און מסודר צום דרוק דורך זיין אייניקל חיים שמואל א זוהן פונעם סיגוטער רב רבי יוסף שטערן אן איידעם פון מחבר.
דער ספר אנטהאלט צוויי הונדערט פיער-און-צוואנציג בלעטער מיט עפ"י רוב לענגערע תורות און די צווייטע דרוק דורכן אייניקל חיים צבי זעגעלבוים וועלכער האט אויך געשריבן א הקדמה צום ספר, איז שוין נישטא צו באקומען.
עס ווערט דערמאנט אין די שער בלאט און אין די הקדמה פונעם איידעם איבער נאך א כתב יד אויף הלכה, ובעיקר הלכות ריבית, וואס זיי ווילן ארויסגעבן; אבער ווי עס זעהט אויס לא איסתייעא מילתא.
הסכמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי יצחק שמשון הורוויץ מייזליש רב פון טשערנאוויץ און בוקאווינע (דער ערשטער ספר איז געדרוקט געווארן דורך זיינע זוהן און איידעם הנגידים משה ליב הלוי איש הורוויץ און זיין שוואגער ישעיה אשר הוירוויץ
- רבי אברהם ענזיל צאזמיר פון סטריע
- רבי מרדכי זאב איטינגא
דרוקסאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- טשערנאוויץ תרט"ז
- ברוקלין תשמ"ה