לדלג לתוכן

דראגאמירעשט

פֿון װיקיפּעדיע
דראגאמירעשט
מדינה / טעריטאָריע רומעניע

 ‑ אין שטעטל

3,154‏  (שטייענדיג 2011)

דראַגאָמירעשט אדער גראַגמערעשט (רומעניש: Dragomireşti; אונגאַריש: Dragomérfalva) איז אַ קליין שטעטל אין מאַראַמאָראָש, רומעניע, 42 ק"מ דרום־מזרח פון סיגעט. איר באַפעלקערונג איז 3,132 (2002).

לויט די צענזוסן, האָבן אין דראַגאָמירעשט געוואוינט אין 1877 325 אידן, און אין 1920 איז די צאָל אידן געווען 756, און זיי זײַנען באַשטאַנען 28 פּראָצענט פון די אײַנוואוינער.[1] אין 1941 זײַנען געווען אין דראַגאָמירעשט 684 אידן. הײַנט צוטאָג (2013) זײַנען דאָרטן קיין אידן ניטאָ.

די ערשטע אידן זײַנען אָנגעקומען אין דראַגאָמירעשט אין דעם ערשטן דריטל פון דעם אַכצנטן יאָרהונדערט. צום סוף פון דעם יאָרהונדערט האָט זיך דאָרט אײַנגעאָרדנט אַ קהילה וואָס איז באַשטאַנען פון קאָסאָווער חסידים פון גאַליציע און פּאָדאָליע. פרנסה האָבן די אָרטיקע אידן געהאַט פון האַנדלן אין תבואה און אין שאָף, און פון האָלץ און ערד ווירטשאַפט. אין דער שטאָט האָט מען אויפגעבויט אַ שול און אַ חסידישן בית־מדרש, אַ מקווה מיט אַ בית־עולם.

דער ערשטער רב פון דער קהילה איז געוועזן הרב משה שטערן. אָנהייבנדיק פון 1903 האָט געדינט אַלס רב ר' יצחק מאיר שוואַרץ וואָס האָט געשריבן עטלעכע חיבורים. אין 1911 האָט ר' מנחם מענדל שפּירא אָנגענומען דעם אַמט, און דער לעצטער רב איז געוועזן ר' משה ישראל פעלדמאַן וועלכער איז אויך געשטאַנען בראש פון אַ ישיבה אין שטעטל. אין דער ישיבה האָבן געלערנט בײַ 45 תלמידים, און זי האָט דערלעבט ביז דעם חורבן אייראָפּע.

ווען מ'האָט גענומען פאַרניכטן דעם אונגאַרישן אידנטום אין פרילינג פון 1944, איז געבויט געוואָרן אין צענטער פון דאָרף אַ געטאָ אין וועלכן מען האָט געטריבן אַלע היגע אידן ווי אויך די אידן פון אַרומיקע דערפער. סך־הכל זײַנען אין דעם געטאָ געווען לערך 2,000 מאַן. אויף דעם פופצנטן מאַי האָט מען אַלע אידן געטריבן צופוס אויף 25 קילאָמעטרישן רײַזע קיין ווישעווע, דאָרט האָט מען זיי אַרויפגעלאָדנט אויף באַנען וועלכע האָבן זיי געפירט אין אוישוויץ, וואו רוב פון זיי זײַנען אומגעקומען.

לערך פופציק פון די אידישע אײַנוואוינער האָבן זיך אומגעקערט אַהינצו נאָכן חורבן, אָבער מיט אַ קורצע צײַט שפּעטער האָבן זיי אַלע פאַרלאָזן די שטעטל און רוב זײַנען אַרויף אין ארץ ישראל.