דער מזלדיקער דזשים

פֿון װיקיפּעדיע

דער מזלדיקער דזשים איז א דין יודיש ביכל מיט א דראמאטישער נאוועלע געשריבן דורך בען גאלד, ארויסגעגעהבן פונעם בען גאלד בוך-קאמיטעט אין ניו יארק 1986.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער בוך באציהט זיך צו דאס לעהבן פון די שווארצע אין די פאראייניגטע שטאטן, גערופן נעגערס, וועלכע זענען אונטערדרוקט געווארן ווי צווייטע קלאס בירגער. די ערציילונג גייט ארום דעהם הויפט כאראקטער ביג דזשים וועלכע האט זיך ארויפגעארבעט פונעם שמוציגן נעגערישן געטא צו האבן אן אייגענעם קאר און רעסטאראן, ביז ס'האט זיך געדאכט פאר איינע פון די מאכטפולע אינעם שטעהטל - מיטן נאמען טשארלי בראון - אז ער קען עהם שאטן פאר זיין פאמיליע נאמען, ממילא האט ער עהם פרובירט ארויסטרייבן פון שטאהדט.

זאכן זענען ארויס פון קאנטראל, ביי די ענדע זענען טשארלי און זיין פאמיליע טויט אין א שריפה דורך דזשים'ס פריינד קלאמזי; און דזשים און דזשעספער - אן אקטיוויסט - זענען אומגעבראכט געווארן דורך שיסעריין ווייל מען האט זיי פארדעכטיגט אין ארגאניזיהרן די שריפה.

ביים ענדע איז פארהאן א ווארט פון בוך קאמיטעט וועלכע האט געהאלפן ארויסגעהבן דעהם בוך און א ליסטע פון ספאנסארס.

די בוך איז צעטיילט אין פיער טיילן און צוויי-און-צוואנציג קאפיטלען. בסך הכל באשטייט דער בוך פון 152 זייטן.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]