דעמאקראטיע
רעגירונג מעטאדן |
אנארכיע |
דעמאקראטיע איז אַ גריכיש ווארט וואס מיינט דעם פֿאָלקס מאַכט. אין די פאליטיק איז דאס א פאליטישע אידיאל באגריף און גאנג, איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן בירגער א טייל נעמען אין דער פירונג פון זיין רעגירונג און אז אלע געזעצן זענען פאר שיצן די אינידווידאולע פרייהייטן, וואס מען קען נישט קיינעם גארנישט באגרעניצן נאר אין צוזאמענהאנג מיט די אייגענע זיכערהייט. ֿ אין א רעפרעזענטאטיווער דעמאקראטיע האלט מען וואלן פון צייט צו צייט, און די בירגער קלויב אויס ווער זאל זיי רעפרעזענטירן. די רעפרעזאנטאטיוון פירן דאס לאנד (אדער די ארגאניזאציע) ביז די נעקסטע וואלן.
דער טערמין שטאמט פון אוראלט גריכיש δημοκρατία (דעמאקראטיע) "הערשאפט פון לײַט",א ווארט אויסגעשאפן פון δῆμος (דעמאס) "לײַט" און κράτος (קראַטאס) "מאַכט" אדער "הערשאפט" אינעם 5טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג צו באדייטן די פאליטישע סיסטעמען וואס האבן עקזיסטירט דעמאלסט אין גריכישע שטאטס שטאַטן, מערקווערדיק צווישן זיי אטען; דער טערמין איז אנטקעגנדיק פון ἀριστοκρατία (אַריסטאקראַטיע) "הערשאפט פון די פני"." כאטש די דעפיניציעס זענען נישט מיטשטימיק, פראקטיש איז נישט אלעמאל געווען א קלארע אונטערשייד.[1] די פאליטישע סיסטעם פון אלט אטען, צום ביישפיל, האט געגעבן דעמאקראטישע בירגערשאפט צו אן עליט־קלאס פון פרייע מענער, און האט אויסגעשפארט שקלאפן און פרויען פון באטייליקן אינעם פאליטישן פראצעס.
דעמאקראטיע איז אנדערש פון מאנארכיע און דיקטאטור, ווען נאר איין מענטש האלט די קראפט, און אליגארכיע, אין וואס א קליינע גרופע מענטשן האלטן די קראפט.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1215 האט דער מלך פון ענגלאנד אונטערגעשריבן די מאגנא קארטא, וואס האט אויפגעשטעלט א פארזאמלונג פון באראנען, דער פארלאמענט פון ענגלאנד. דער פארלאמענט האט פארמאגט רעכטן וואס האבן באגרענעצט די קראפט פונעם מלך, אנדערש ווי אנדערע לענדער וואו דער מלך האט געהערשט אליין.
אין די ערשטע יארן פונעם פארלאמענט, האבן נאר באראנען געהאט א דעה, אבער דורכאויס די יארן האבן געמערט די צאל מענטשן מיט א רעכט צו וויילן דעלעגאטן אינעם פארלאמענט.
ווען ענגלישע בירגער האבן אימיגרירט אין אמעריקע אין די 1600ער יארן האבן זיי אויפגעשטעלט א דעמאקראטיע וואו די בירגער האבן געהאט די רעכט צו וויילן די דעלעגאטן.
די יסודות פון דעמאקראטיע ביי א רעגירונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בירגער אנטיילונג - לאזן די בירגער אויסקלייבן די פירערס פון דער רעגירונג דורך וואלן, און אנטייל נעמען אין די באשלוסן פון דער רעגירונג דורך נאציאנאלע אדער לאקאלע רעפערענדומס.
- אויטאריטעט צעטיילונג - צעטיילן די רעגירונגס-מאכט אין עטליכע צווייגן כדי איר באגרעניצן צו די דעמאקראטישע אינטערעסן און איינבייגן די רעגירונג צו די געזעצן פון דעם געריכט גלייך ווי יעדער בירגער. דער געווענליכע צעטיילונג איז אויף עקזעקוטיווע, יורידישע, און לעגיסלאטיווע צווייגן.
- ליבעראליזם - לאזן דעם בירגער וואקסן און זיך אנטוויקלען עקאנאמיש. (ליבעראל אין לעבנסשטייגער אלס נאטורליכע רעכטונגען - ערלויבן פאר די בירגער פולע פרייהייט אומווענדן זייער פאליטישע, רעליגיעזע, ראסיסטישע, אדער סעקסואליסטישע נייגונגען. אין דעם איז אריינגערעכנט מענטשן-רעכט, פרייהייט פון רעליגיע, ערלויבעניש צו רעדן אדער ארויסגעבן א מיינונג.)
- סאציאל דעמאקראטיע - א סאציאליסטישע מעטאד צו העלפן די שוואכע מענטשן צו זיך אנטוויקלען.
- גלייכרעכטיגייט - נישט דיסקרימינירן צווישן פארשידענע סארטן מענטשן.
- פלארעליזם - געבן פרייהייט פאר יעדן בירגער צו האלטן אייגענע מיינונגען, און לאזן די בירגער זיך צונויפנעמען מיט אייגענע מיינונגען.
נאטירלעכע רעכטונגען און סאציאלישע רעכטונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איינע פון די הויפט יסודות אין דעמאקראטיע איז געבן "נאטירלעכע רעכטונגען" פאר יעדן מענטש, ווי: רעכט צו לעבן, רעכט צו פרייהייט (פרייהייט: האבן אייגענע מיינונגען, זיין רעליגיע אדער סעקולערע, ארבעטן, זיך וואנדן אומעטום אין לאנד אדער אין אויסלאנד אד"ג), רעכט צו פארמאגן פארמעגן, רעכט צו זיין גלייכרעכטיק, רעכט צו האבן רעספעקט, רעכט צו האבן פריוואטקייט, רעכט צו האבן א גוטער נאמען בקיצור, רעכט צו זיין א "מענטש".
דעמאקראטיע האט אויך א געשטעל צו געבן "סאציאלאגישע רעכטונגען" ווי געזונטהייט, א פלאץ צו וווינען, שטיצן ארבעטלאסיקע, עלטערערע מענטשן, אלמנות אא"וו. די יסודות זיינען נישט אייניק ביי אלע רעגירונגען, די ליבעראליסטישע געדאנק זאגט אז די רעגירונג דארף היטן די פרייהייט פון יעדן מענטש און ווי װײניקער זיך מישן צו העלפן סאציאלאגיש אויפֿן חשבון פון פאדערן שטייער פון דער אלגעמיינער בירגער. אבער די סאציאל דעמאקראטישע געדאנק האלטן אז סאציאלאגישע רעכטונגען איז אזוי ווי נאטירלעכע רעכטונגען, און די מדינה דארף שנארן פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכערע מענטשן.
א ליבעראלישע רעגירונג (ווי אמעריקע) וועט פאדערן ווייניקער שטייער פון די בירגער און ווייניקער העלפן די שוואכע (זיי וועלן העלפן בעיקר צו נאטירלעכע רעכטונגען און נישט צו סאציאלאגישע רעכטונגען), און א סאציאל דעמאקראטישע רעגירונג (ווי מדינת ישראל) וועלן פאדערן הויכע שטייער פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכע.
פאלקס רעכטונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אזעלכע גרופעס וואס האבן אן אייגענעם שניט און נאציאנאליזם, ווי רעליגיע א.ד.ג. פאדערן זייערע רעכטונגען פון דער רעגירונג צו היטן זייער מסורת, אויך לגבי דעם דיסקוטירן זיך די ליבעראלישע צוגאנג מיט די אלגעמיינע דעמאקראטישע צוגאנג. לויט די ליבעראלישע צוגאנג (ווי אין אמעריקע) דארף נישט די רעגירונג שטיצן די קליינע פעלקער/גרופעס אין זייער מדינה. און לויט די אנדערע צוגאנג (ווי אין מדינת ישראל), דארף די רעגירונג זארגן פאר די קליינע גרופעס. ווי צ.ב.ש. לאזט די מדינה א זעלבסטשטענדיגע חינוך, און צומאלן אויך א זעלבשטענדיגע הערשאפט פאר דער גרופע אין א געאגראפישער טעריטאריע.
אנדערע סארטן רעגירונג הערשאפט זיינען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אויטאקראטיע - די הערשאפט ווערט געפירט דורך א יחיד אדער עטליכע יחידים, און עס איז נישט דא קיין שום פרייהייט פאר די אלגעמיינע בירגער אנטייל צו נעמען אין די באשלוסן פון דער רעגירונג. ביישפילן זענען קאמוניסטישע, פאשיסטישע, און דיקטאטרישע רעגירונגען.
- מאנארכיע - א הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך א קעניגליכן פאמיליע, געקליבן דורך שטאמבוים. א קאנסטיטוציענאלע מאנארכיע קען זיך אויך פירן ווי א דעמאקראטיע.
- טעאקראטיע - א רעליגיע הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך די רעליגיעזע און גייסטלעכע פירער, ווי צ.ב.ש. איראן, און די טאליבאנער אין אפגאניסטאן.
דעמאקראטיע אין דער תורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער תורה שטייט אז ווען משה רבינו האט פארגעלייגט די תורה־געזעצן פאר די יידן, האט ער פריער גענומען זייער הסכמה דערפון, אזוי ווי עס שטייט (שמות כ"ד ג'): וַיָּבֹא מֹשֶׁה, וַיְסַפֵּר לָעָם אֵת כָּל-דִּבְרֵי יְהוָה, וְאֵת, כָּל-הַמִּשְׁפָּטִים; וַיַּעַן כָּל-הָעָם קוֹל אֶחָד, וַיֹּאמְרוּ, כָּל-הַדְּבָרִים אֲשֶׁר-דִּבֶּר יְהוָה, נַעֲשֶׂה... וְנִשְׁמָע.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Wilson, N. G. (2006). Encyclopedia of ancient Greece. New York: Routledge. p. 511. ISBN 0-415-97334-1.