גלייכרעכטיקייט
גלייכרעכטיקייט אדער גלייכבארעכטיקייט איז א דעמאקראטישע געדאנק צו באוויליקן גלייכרעכטיקייט פאר יעדן מענטש אן אים דיסקרימינירן (אונטערשיידן) לויט זיין אפשטאם, געשלעכט, קאליר הויט,פאלק א.א.וו.
גלייכרעכטיקייט אין פאליטיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין פאליטיק קומט דאס ארויס מיטן געבן גלייכרעכטיגע געזעצן און דורכפירונגען (enforcement) פאר יעדן בירגער גלייך, ווי צ.ב.ש. ארויפלייגן דאס זעלבע שטראף פאר דער פרעזידענט ווי פאר יעדער אנדערער בירגער. אויסער ביי רעכטע אונטערשיידן, ווי צ.ב.ש. פאארבערן די שטראף פון דער וואס האט געמארדעט א קינד צו דער וואס האט געמארדעט א עלטערער.
אויך קומט דאס ארויס ביים טאג טעגליכע לעבן, ווי צום ביישפיל מען טאר נישט אפזאגן אן ארבעטארער אלס זיין קאליר הויט אדער אלס זיינע סעקסואלע ציאונגען. אדער מען טאר נישט באגרעניצן א געשעפט צו פארקויפן נאר פאר א געוויסע געמיינדע.
א רעגירונג דארף זארגן זאל נישט זיין דיסקרימינירונגען אין איר מדינה, און זי דארף אנטוויקלען דורך דיסקרימינירן אלע שוואכע גרופעס וואס זיינען אונטערבאוווסט ווייניגער ווערד (ווי צום ביישפיל די שווארצע לעומת די ווייסע, ווייבער לעומת מענער א.א.וו. און דערפאר איז למשל איינגעפירט ביי א שולע צו לאזן א אפגעשטימטע צאל פלעצער פאר די שווארצע סטודענטן). א זעלכע שטעלן זיך קעגן דער געדאנק און האלטן אז די רעגירונג טאר נישט דיסקרימינירן אויף יעדנס פאל, אויך נישט כדי צו אנטוויקלען די שוואכע.