די רויטע פיל

פֿון װיקיפּעדיע

"די רויטע פּיל" (ענגליש: "The Red Pill") איז אַן אַמעריקאַנישער דאָקומענטאַלער פֿילם וואָס איז געווען באַשאַפֿן אין 2016 רעזשיסירט פֿון קאַסי דזשיי ("Cassie Jaye"). דער פֿילם פֿאָרשט אויס די באַוועגונג פֿון די רעכט פֿון מענער בשעת דזשיי פֿילמירט די מנהיגים און אָנהענגער(ין)ס אין דער באַוועגונג פֿאַר אַ יאָר. מען האָט אָפּגעהאַלטן די פּרעמיערע פֿון דעם פֿילם "די רויטע פּיל" דעם 7טן אָקטאָבער 2016 בײַ "סינעמאַ ווילאַדזש" ("Cinema Village") אין דער שטאָט ניו-יאָרק, נאָכגעקומען פֿון עטלעכע אַנדערע איינמאָליקע פֿילמווײַזונגען איבער גאָר דער וועלט. עס איז געווען אַרויסגעגעבן אויף די־ווי־די און בלו־ריי דעם 7טן מערץ 2017, פֿון "גראַוויטאַס ווענטורס" ("Gravitas Ventures"). מחלוקת וועגן דעם פֿילם איז געווען גורם עטלעכע פּראָטעסטן און אַנולירונגען פֿון די פֿילמווײַזונגען.

"די רויטע פּיל" פֿאַרצייכענט די נסיעה פֿון דזשיי וווּ זי הייבט אָן אַלס אַ סקעפּטישע פֿעמיניסטקע וואָס איז חוקר־ודורש דאָס וואָס זי האַלט איז אַ שינאה־באַוועגונג. דאַן אַנטדעקט זי אַז די באַוועגונג איז אַנדערש פֿון וואָס זי האָט זיך געריכט און הייבט אָן צו ספקן אין אירע אייגנע דעות וועגן מין, כוח און פּריווילעגיע. דער פֿילם רעדט אַרום פֿילצאׇליקע ענינים וועגן מענער און ייִנגלעך ווי צום בײַשפּיל מענליכע אַליינמאׇרד ניוואׇען, אַרבעטאָרט טויטפֿאַלן און שטאַרק אײַנגעשטעלטע שטעלעס, פֿאַלשע פֿאַרגעוואַלדיקונג טענות און מיליטער־מוזדינסט.