די פרעדי מערקורי טריביוט קאנצערט
די פרעדי מערקורי טריביוט קאנצערט פאר די אויפמערקזאמקייט צו עידס (ענגליש: The Freddie Mercury Tribute Concert for AIDS Awareness) איז געווען א קאנצערט אפגעהאלטן דעם צוואנציגסטן אפריל אין יאהר 1992 אין א סטעדיום אין לאנדאן מיט א באטייליגונג פון 72 טויזנט מענטשן.
די קאנצערט איז געזעהן און געהערט געווארן בשעת מעשה דורך לייוו טעלעוויזיע און ראדיא דורך קרוב צו א ביליאן מענטשן אין 76 לענדער ארום די וועלט.
סיבה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין ליכט פון די טויט פונעם זינגער און מוזיקאנט פרעדי מערקורי צוליב עידס האבן די איבריגע מעמבערס פון די בענד קווין און זייער מענענדזשער ארגאניזירט א קאנצערט לזכרו וואס די פראפיטן זאלן גיין צו אויפמערקזאם מאכן די וועלט איבער די סכנה פון די קרענק.
אין פעברואר 1992 האבן זיי ביי א אוואורד צערעמאניע געמאלדן איבער דעם קאנצערט.
ווען מען האט ארויסגעלייגט די בילעטן צום פארקויפן, האבן זיך אלע צוויי-און-זיבעציג טויזנט טיקעטס פארקויפט אין דריי שעה, כאטש מען האט נאך אפילו נישט געהאט געמאלדן ווער נאך עס גייט ערשיינען.
די קאנצערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איבערזיכטן אויפן קאנצערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- http://queenarchives.com/index.php?title=Queen_-_04-26-1992_-_The_Times_-_Freddie_Mercury_Tribute (ארכיווירט 07.07.2017 ביי דער Wayback Machine)
- http://queenarchives.com/index.php?title=Queen_-_05-23-1993_-_Freddie_Tribute_Concert_Video_-_The_Denver_Post (ארכיווירט 01.08.2013 ביי דער Wayback Machine)