די הילף (פילם)
מראה
די הילף איז די פארפילמונג פון קאַתרין סטאָקעט׳ס גלײַכגעהייסן ראָמאן (ענגליש: The Help) דורך דעם רעזשיסאָר טייט טיילאָר, אינעם יאָר 2011.
די אמעריקאנישע דראמע דערציילט די געשיכטע פון דער יונגע, ״ווײַסע״ זשורנאליסטקע עווגעניאַ פעלאַן, וואָס שרײַבט א בוך וועגן די לעבן פון די ״שווארצע״ הויס־העלפערינס אין דזשעקסאָן, הויפּטשטאָט פון מיסיסיפּי, אונטער דער ראסיסטישע רעגירונג פון דרום פאראייניקטע שטאטן אין די 1960 יאָרן.
אינעם פילם שפּילן: עמאַ סטאָון, וויאָלאַ דייוויס, אָקטאַוויאַ ספּענסער, ברײַס דאַלאַס־האַואַרד, און דזשעסיקאַ טשאַסטיין.