די בעני זינגער פארשטעלונג
מראה
די בעני זינגער פאָרשטעלונג (העברעיאיש: המופע של בני זינגר) איז א קורצער העברעיאישער ישראלישער ראמאנטישער דראמאטישער קאמעדיע פילם פון 1993 דירעקטירט דורכן באקאנטן רעזשיסאר ארנון גאלדפינגער, וואס איז געוועהן זיין ערשטער פילם.
מען האט צועהרשט געוויזן דעהם פילם ביים ירושלימער פילם פעסטיוואל און דערנאהך אויף פארשידענע פעסטיוואַלן ארום דער וועלט וואו עהר האט געווינען עטלעכע אויסצייכענונגען.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בעני זינגער איז אין א גרופע וועלכע מאכט סליידס פאר חתונות און פאנטאזיהרט איבער ארומפארן איבער דער וועלט און זי פילמיהרן.
ער פארליעבט זיך אין א כלה פאר וועהם עהר שטעלט צוזאם א פארשטעלונג צו איהר חתונה, ער פארברעהנגט מיט איהר, אבער ער קען איהר עס פארשטייט זיך נישט זאגן ווייל זי גרייט זיך דאך צו הייראטן א צווייטן.
שפיהלער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- גל זייד אלס בעני זינגער
- מנשה נוי
- אלי יצפאן
- שמואל אדלמאן
- שי אביבי