לדלג לתוכן

GM

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דזשי עם)

דער בלאַט איז געשטעלט צו באוועגן.
אויב איר קלערט אז דער יעצטיגע קעפל איז יאָ פּאַסיג, ביטע צייכנט דאָס אָן אין זיין רעדן-בלאַט; אַנדערש, וועט מען אין א וואָך אַרום באוועגן דעם בלאט.
מער געאייגענט קעפל פאר דעם ארטיקל: דזשענעראל מאטארס

דזשענעראל מאטארס
General Motors Company
טיפ: פובליק
געגרינדעט: 16סטן סעפטעמבער 1908
געגרינדער: וויליאם סי. דוראנט
טשארלס סטיוארט מאט
פרעדעריק על. סמיט
סלאגאן:
וועבזייטל: gm.com
שפראך:

דזשענעראל מאטארס (ענגליש: General Motors Company; אין קורצן: GM) איז די פאראייניקטע שטאטנ'ס גרעסטע אויטאמאביל פראדוצירער און לאנגע יארן געווען אויך די וועלט'ס גרעסטע אויטא פראדוצירער ביז גאנץ לעצטענס ווען די יאפאנעזע פירמע טאיאטע האט איר איבערגעשטיגן אין סעילס.

אלגעמיינע אינפארמאציע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דזשי-עם איז אמעריקע'ס הויפט אויטא פירמע מיט אפעראציעס אין צענדליגער לענדער ארום די וועלט. די פירמע פראדוצירט אויטאס אונטער עטליכע נעמען און פארמאגט די אייגנשאפט פון נאך אויטא פירמעס ארום די וועלט. אינאיינעם באלאנגען די פאלגענדע פירמעס אונטער איר נאמען: ביואיק, קעדילעק, שעווראלעט, דזשי-עם-סי, האלדן, האָממער, אפעל, פּאָנטיאַק, סעטרון, סאאב, און וואקסהאל. אויסער די פירמעס פארמאגט זי א גרויסע שותפות אין די יאפאזענער אויטא פירמעס איסוזו און סוזוקי און אין די רוסישע פירמע אויטא-וואז און גאנץ לעצטענס האט זי געקויפט א שותפות אין אפריקע'ס גרעסטע אויטא פירמע דעלטא און האט געעפנט אן אפיציעלע דזשי-עם אפטיילונג אין דרום אפריקע.

די פירמע האט אויך אנדערע פירמעס וועלכע פראדוצירן לאקאמאטיוון און אנדערע טראנספארטאציע מאשינען. זיי זענען: עי-סי-דעלקא, עליסאן טרענסמישן, און דזשענעראל מאטארס עלעקטרא-מאטיוו. דזשי-עם פארמאגט אויך די אייגנשאפט פון די פירמע הוס עלעקטראניק וועלכע פראדוצירט טעלעקאמיוניקאציע און אויטא עלעקטראניקס. די פירמע האט אן אייגענע פינאנצירונג פירמע אונטער'ן נאמען דזשי-עם-עי-סי וועלכע איז איינע פון די וועלט'ס גרעסטע אויטא פינאנצירונג, אינשורענס, און מארטגעדזש געבער.

דזשי-עם פארקויפט היינט צווישן 8 און 9 מיליאן אויטאס און טראקס פער יאר וואס קומט אויס צו בערך 15 פראצענט פון אלע אויטאס וואס ווערט פארקויפט איבער די וועלט און 30 פראצענט פון די מארקעט אין די פאראייניגטע שטאטן. די אויטאס ווערן געמאכט אין פראדוקציע פלענטס אין 30 שטעט איבער אמעריקע און אין 32 לענדער איבער די וועלט. אינאיינעם פארמאגט דזשי-עם 340,000 ארבייטער.

דער גרינדער פון דזשי-עם, וויליאם דוראנט, איז אויפגעוואקסן אין מישיגן אין די ענדע פונעם 19'טן יאר-הונדערט ווען פערד איז נאך געווען דער הויפט טראנספארטאציע מיטל איבער'ן לאנד אבער אויטאס האבן זיך שוין אנגעהויבן פארקויפן. דוראנט האט אינאיינעם מיט א געלט שותף געעפענט א פירמע וועלכע האט פראדוצירט וועגנער פאר פערד וועלכע האט געארבעט מיט ספרינגס און האט פארמאגט עטליכע אינאוואציעס וועלכע איז גוט אויפגעכאפט געווארן אין די מארקעט און דוראנט איז געווארן א מיליאנער (וואס האט געמיינט ווי א ביליאנער היינטיגע צייטן). אין 904' האט דוראנט אריינגעטרעטן אין די אויטא ביזנעס ווען ער האט אפגעקויפט די ביואיק פירמע וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך א סקאטישער-אמעריקאנער און האט געהאט אסאך פינאנציעלע פראבלעמען. דוראנט האט גענוצט זיין גרויסע רייכטום צו בויען די פירמע וועלכע איז עווענטועל איבערגעשטיגן אמעריקע'ס נומער איינס אויטא פירמע פארד.

דוראנט האט געהאלטן אז אן אויטא פירמע מיט איין מאדעל סארט קען גרינג באנקראטירן ווייל אפילו אויב די מאדעל גייט שוואך נאר איין יאר קען דאס ברענגן ערנסטע פינאנציעלע פראבלעמען. ער האט געהאלטן אז אן אויטא פירמע דארף האבן עטליכע מאדעלן אונטער עטליכע נעמען כדי צו קענען ביישטיין די מארקעט ווינטן. אין 908' האט ער געעפענט די דזשענעראל מאטארס פירמע אין זיין היים שטאט פלינט, מישיגן, און האט אנגעהויבן צורעדן אנדערע אויטא פירמעס וועגן זיין געדאנק אז זיי זאלן זיך פאראייניגן אונטער איין גרויסע פירמע. זיין ביזנעס מאדעל האט געארבעט און ביז 2 יאר האט ער באוויזן אפצוקויפן ארום 25 פירמעס וועלכע האבן פראדוצירט אויטאס און אויטא טיילן.

צווישן די פירמעס וועלכע דזשי-עם האט דעמאלט אפגעקויפט איז געווען אלד מאטאר וועלכע איז געווען די ערשטע אויטא פירמע אין אמעריקע וועלכע האט זיך געגרינדעט אין 897' און איז שפעטער באקאנט געווארן אלס די אלדסמאביל נאמען. צוויי אנדערע גרויסע פירמעס זענען צוגעקומען עטליכע יאר דערויף, ערשט אקלענד מאטאר וועלכע איז שפעטער געטוישט געווארן צו פאנטיאק און קעדילעק אויטאמאביל וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין דעטרויט אין 902' און איז נאמינירט געווארן נאך דעם פראנצויזישן עקספלארער אנטוואן די לא מאטע קעדילעק וועלכער האט געטראפן די שטאט דעטרויט.

אין די 920' יארן האט דזשי-עם אפגעקויפט די באס פירמע יעלאו קאוטש און האט אנגעהויבן פראדוצירן קאוטש באסעס העלפנדיג גרעיהאנד אריינגיין אין ביזנעס. די פירמע האט אין יענע יארן געקויפט און פארקויפט פירמעס אויף רעכט און לינקס פרובירנדיג צו פארכאפן די אויטא אינדוסטרי ווי ווייט מעגליך. א דאנק דזשי-עם איז רעילראוד איבערגעטוישט געווארן צו באסעס אלס דער נומער איינס פובליק טראנספארטאציע. די פירמע איז געגאנגן אזוי ווייט אז זי האט אפגעקויפט די אזויגערופענע סטריטקאר פירמעס (א געוויסע סארט באן וועלכע פארט אויפ'ן ראוד) און אלעס פארניכטעט און אנשטאט דאס אויפגעטוישט מיט באסעס כדי צו באזייטיגן די באן ביזנעס און אריינברענגן די אויטאמאביל ביזנעס. דאס האט געפירט צו א לעגאלע קאנספיראציע ווען דזשי-עם איז באשולדיגט געווארן אין טאן אומלעגאלע זאכן אינאיינעם מיט אנדערע פירמעס. אלע פירמעס זענען באשטראפט געווארן מיט קליינע געלטער און די לעגלע קאמפן האט אנגעהאלטן לאנגע יארן דערנאך.

דער הויפטקווארטיר פון דזשי.עם. אין דעטרויט מישיגען.

דוראנט איז אבער נישט פארבליבן לאנג ביי דזשי-עם ווייל זיינע פארצווייגטע ביזנעס אקטיוויטעטן האבן געברענגט פינאנציעלע פראבלעמען און די בענק וועלכע האבן געבארגט געלט פאר די פירמע האבן אים ארויסגעשטויסן פון דארט. דוראנט האט נישט אפגעלאזט די אויטא אינדוסטרי און האט גענוצט זיין געלט צו גרינדן די שעווראלעט פירמע אינאיינעם מיט א באקאנטע ספארטלער פארמעסט דרייווער לואיס שעווראלעט פון שווייץ. שעווראלעט האט פראדוצירט ביליגע מאדעלן אין קאנקורענט צו פארד וועלכע האט אין יענע יארן שטארק מצליח געווען מיט איר טי מאדעל וועלכע איז געווען ביליג און געאייגענט פאר מיטל פארדינער. פון דאס געלט וואס זיי האבן פארדינט האט דוראנט געקויפט דזשי-עם'ס סטאק און מיט דער צייט האט ער געהאט די אייגנשאפט פון די גרעסטע פראצענט סטאקס און האט צוריק איבערגענומען די פירמע און אריינגעשמאלצן שעווראלעט אין איר.

אבער מיט דוראנט אין קאנטראל האט די פירמע ווידער גענומען ווילדע שריט און נאכאמאל איז זי אריינגעפאלן אין פינאנציעלע פראבלעמען און דוראנט איז נאכאמאל ארויסגעשטויסן געווארן אין 923' און די פרעזידענטשאפט איז אריבער צו די קאאפעראציע וועלכע האט אין 10 יאר איבערגעשטיגן פארד און איז געווארן א גלאבאלע אינדוסטריאלע אימפעריע מיט צענדליגער טויזענטער ארבייטער, אזוינס וואס איז נישט געזען געווארן אין יענע יארן נאר אין סאוויעט רוסלאנד וואו די קאמוניסטישע רעגירונג האט געפירט אלע פירמעס.

ווען אמעריקע האט אריינגעטרעטן אין די צווייטע וועלט מלחמה האט דזשי-עם אפגעשטעלט די פראדוקציע פאר ציווילע טראנספארטאציע און האט געארבעט נאר פאר די רעגירונג און די אליאירטע כוחות. די פירמע האט פראדוצירט טאנקן, פליגער, וואפן, און נאך מלחמה סופלייס און איז געווען שטארק פארנומען. דורכאויס די קריג האט דזשי-עם אויסגעארבעט פארשידענע נייע מעכאנישע און עלעקטראנישע אינאוואציעס פאר אויטאס וועלכע זי האט אריינגעשטעלט אין אירע נייע אויטאס באלד נאך די קריג וועלכע האט נאכמער פארשטערקערט אירע סעילס. אזעלכע זאכן ווי אן אויטאמאטישע גיר-באקס, סיט-בעלטס, פאוער סטירינג און ברעיקס, עיר קאנדישן, און נאך זיכערהייט מעטאדן וועלכע זענען נישט געווען בעפאר די קריג, זענען געווארן סטאנדארט ביי אלע אויטאס.

דזשי-עם'ס וואוקס האט אזוי אנגעהאלטן ביז אין די 950' יארן ווען די אייראפעאישע אויטא פירמעס זענען אריינגעקומען אין די מארקעט און האבן געשטעלט אן ערנסטע קאנקורענט פאר דזשי-עם איבער די וועלט און אויך אין אמעריקע. ביי יענע יארן האט דזשי-עם געבראכן די רעקארד פון איבער א ביליאן דאלאר סעילס אין איין יאר, א זאך וועלכע קיין איין פירמע האט נישט באוויזן ביז א לאנגע צייט נאכדעם.

די פאלגענדע יארן זענען געווען שווערע פאר דזשי-עם מיט די פארשפרייטונג פון די אייראפעאישע אויטאס און שפעטער די אויל עמבארגא פון די אראבישע לענדער וועלכע האט רעדוצירט די אויטא סעילס בכלל און דזשי-עם בפרט ווייל אירע אויטאס זענען געווען גרויס און האבן געגעסן אסאך גאזאלין קעגן די קליינע אייראפעאישע מאדעלן. די פירמע איז אין יענע יארן אויך באשולדיגט געווארן פאר איר איגנארירונג צו די פאלוציע פראבלעם וואס אויטאס גיבן ארויס וועלכע האט געפלאגט אלע גרויסע שטעט. דזשי-עם האט דאס ווייטער איגנארירט ביז די רעגירונג האט געגרינדעט די ריינע לופט אקט אין 970' און דזשי-עם איז געווען געצווינגן צו אנהייבן שטודירן וויאזוי צו פארמינערן דעם פראבלעם. איבער די קומענדיגע יארן האט דזשי-עם אויסגעגעבן 4.5 ביליאן דאלאר און דאס אסאך פארבעסערט.

אבער עס האט שוין נישט קיין סאך געהאלפן ווען די מארקעט איז פארפלייצט געווארן פון גוטע אייראפעאישע אויטאס וועלכע האבן אראפגעברענגט דזשי-עם'ס מארקעט טייל פון 45 פראצענט ביז 31 פראצענט אין א משך פון 10 יאר.

דאס האט אנגעהאלטן ביז אין 991' ווען די פירמע האט צוויי יאר נאכאנאנד פארלוירן אינאיינעם איבער 30 ביליאן דאלאר. בלית ברירה האט די פירמע זיך איבערגעארבעט אויף א קלענערן פארנעם און האט אויפגעזאגט צענדליגער טויזענטער ארבייטער און פארמאכט צענדליגער פראדוקציע פלענטס. אין 93' האט די פירמע צוריק פארדינט א פראפיט.

אין ווייטערדיגע שריט האט די פירמע אין די לעצטע יארן פארקויפט אסאך פון אירע אייגענשאפט פירמעס צו מאכן א פראפיט דערפון און האט אפגעקויפט די האמער פירמע וועלכע האט פראדוצירט מיליטערישע אויטאס. א פרישע סטרייק האט אויסגעבראכן קעגן דזשי-עם אין 98' און די פירמע האט פארמאכט א גרויסע טייל פון איר פראדוקציע פלענטס אין אמעריקע און דאס אריבער געפירט קיין קאנאדע, מעקסיקא, און אנדערע לענדער. דזשי-עם האט דעמאלט אויפגעגעבן די אלדסמאביל ברענד וועלכע האט נישט מער געברענגט קיין פראפיט.

אין 2005 האט די פירמע'ס פינאנציעלע פראבלעמען דעגרייכט א קלימאקס און וואל סטריט האט ערנסט גערעדט פון באנקראטירונג. די פירמע האט דאן געשניטן נאך ארבייטער, פארמאכט נאך פראדוקציע פליגלן, און פארקויפט טיילן פון אירע אינטערעסן, אריינגערעכנט איר פינאנציעלע סערוויס אפטיילונג דזשי-עם-עי-סי.


דזשי-עם און אירע ארבייטער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זינט דזשי-עם איז געווען אמעריקע'ס גרעסטע ארבייטסגעבער האט איר באהאנדלונג צו אירע ארבייטער געצויגן אינטערעסע איבער'ן לאנד גענוי ווי מען טוט היינט צו וואל-מארט. מען האט נאכאנאנד באשולדיגט דזשי-עם אז זי באהאנדעלט נישט די ארבייטער געהעריג און רעכנט זיך נישט מיט זייער געזונט. דאס האט אנגעהאלטן לאנגע יארן ביז אריין אין די 930' יארן ווען די טויזענטער ארבייטער אין די פלינט, מישיגען, פלענטס האבן ארגאניזירט א סטרייק אין וועלכע זיי האבן אויפגעהערט ארבייטן איין אינדערפרי אבער זענען געבליבן זיצן אין די געביידעס. דזשי-עם האט שלעכט רעאגירט און האט אויסגעלאשן די הייצונג אין א קאלטע ווינטער טאג.

זעענדיג אז די סטרייק קומט נישט צו קיין ענדע האט די פירמע גערופן די פאליציי אבער זיי האבן נישט געקענט פארטרייבן די ארבייטער פון דארט און עס האבן אויסגעבראכן געשלעגן ווען די פאליציי האט פרובירט נוצן טרערן גאז זיי צו פארטרייבן. דער מישיגן גאווערנער האט אריינגערופן די נעשאנעל גארד און נאר נאכדעם איז געווארן ארדענונג.

די סטרייק האט אנגעהאלטן א לאנגע צייט דערנאך און האט זיך אויך פארשפרייט צו אנדערע דזשי-עם פלענטס איבער'ן לאנד און די פראדוקציע איז פארקריפעלט געווארן און די פירמע איז געווען געצווינגן נאכצוגעבן די ארבייטער וואס זיי האבן פארלאנגט און האט זיך אנגעשלאסן אין די יונייטעד אויטאמאביל ארבייטער אוו אמעריקע, א יוניאן ארגאניזאציע וועלכע דזשי-עם האט בעפאר נישט געוואלט אנארקענען, וועלכע באבאאכטעט איבער די אויטא פראדוצירונג פלענטס און שטעלט פאר סטאנדארטן וויאזוי אלעס דארף זיין.

היינט ווערט דזשי-עם פאררעכנט אלס איינע פון די ארבייטסגעבער אין לאנד מיט גוטע העלט קעיר און אנדערע לעיבאר פראגראמען.