דוד פראם
פאך | דיכטער |
---|---|
דוד פֿראַם (14טן אָקטאָבער 1903, פּאָנאוועזש - 1988, יאָהאַנעסבורג) איז געווען א ייִדישער דיכטער אין דרום־אַפֿריקע.
לעבן און ווערק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי אַ קינד האָט ער באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג. בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די משפּחה פֿאַרוואָגלט געוואָרן קיין רוסלאַנד. דאָרט האָט פֿראַם זיך געלערנט אין אַ גימנאַזיע און אין אַ סאָוועטישער אַרבעטשול. אָנהייב 1920 יאָרן איז ער צוריק קיין ליטע, וווּ ער האָט אָנגעהויבן צו פּובליקירן לידער אין דער ייִדישער פּעריאָדישער פּרעסע, ווי אין דער טאָגצײַטונג די אידישע שטימע (נאָך אין גימנאַזיע האָט ער שוין געהאַט געשריבן לידער אויף רוסיש).
אין 1927 איז דער דיכטער געפֿאָרן קיין דרום־אַפֿריקע און זיך באַזעצט אין יאָהאַנעסבורג. דאָרט האָט ער זיך ווײַטער באַטייליקט אינעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן און געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע שרײַבער אין דרום־אַפֿריקע.
אינעם ליטווישן פּעריאָד פֿון זײַן שאַפֿונג האָט פֿראַם זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער טעמאַטיק פֿונעם ייִדישן דאָרפֿסלעבן. שפּעטער שפּילט די דרום־אַפֿריקאַנישע נאַטור אַ גרויסע ראָלע אין זײַן פּאָעזיע.
ביבליאָגראַפֿיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- לידער און פּאָעמעס, ווילנע, יאָהאַנעסבורג: דוד פֿראַם פֿאַרלאַג־קאָמיטעט, 1931
- לילי און בלילינג: אַ וואַלד־מײַסעלע אין איין אַקט, ווילנע: גרינינקע ביימעלעך, 1936
- אפֿשר, לאָנדאָן: ייִדישער זשורנאַליסטן און ליטעראַטן פֿאריין, 1947
- אַ שוואַלב אויפֿן דאַך, יאָהאַנעסבורג: קאַיאָר, 1985
מקורים אויף אינטערנעץ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אַ דאָקטאָר־אַרבעט וועגן דעם מחבר אויף ענגליש: Hazel Frenkel, David Fram: Lithuanian Yiddish Poet of the South African Diaspora and Illuminating Love, Sheffield Hallam University, 2013 [1]
- דעמ מחברס אַרכיוו אין ביבליאָטעק פֿון טעקסאַסער אוניווערסיטעט [2]
- Joseph Sherman, "Singing with the Silence": The Poetry of David Fram [3] (ארכיווירט 01.10.2013 ביי דער Wayback Machine)