דוד זינצהיים

פֿון װיקיפּעדיע
הרב יוסף דוד זינצהיים
David Sintzheim
געבורט 16 נאוועמבער 1745
ה'תצ"ה אדער ה'תק"ה
טריער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 נאוועמבער 1812 (אלט 66)
ז' כסלו ה'תקע"ג
פאריז רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בישהיים, שטראסבורג
באשעפטיגונג פירוש אויף תלמוד בבלי
אמטן שטראסבורגער רב, הויפט פון דעם פאריזער סנהדרין
זיינע רביס הרב יצחק זינצהיים
חיבורים יד דוד
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יוסף דוד זינצהיים (פראנצויזיש: David Sintzheimה'תק"ה, 1745[1] - ז' כסלו ה'תקע"ג, 11טן נאוועמבער 1812[2] ער איז געווען דער ערשטער הויפט־רב פון פראנקרייך אין דעם קאנסיסטואר, א נייער אנטשטאלט אויפגעשטעלט דורך נאפאלעאן אין 1808 כדי צו ארגאניזירן די טעטיקייטן פון דער יידישער רעליגיע אין פראנקרייך. ער ווערט גערופן דער "יד דוד" אויפן נאמןע פון זיין ספר.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קבר פון הרב דוד זינצהיים אין דעם בית החיים פער לאשעז אין פאריז
פירן א זיצונג פונעם סנהדרין אין פאריז

ער איז געבוירן געווארן אין טריער (היינט אין ריינלאנד-פאלץ, דייטשלאנד), צום שטאט׳ס רב, הרב יצחק איציק זינצהיים, ביי וועמען ער האט געלערנט. אין 1762 האט זיין פאטער באקומען א רבנות שטעלע אין עלזאס און די משפחה האט אריבערגעצויגן קיין נידערנהיים (ענ'). ער האט חתונה געהאט אין  1765 מיט אסתר בער, שוועסטער פונעם פרנס פון דער יידישער קהילה אין עלזאס, סערף בער. נאך דער חתונה האט ער זיך געצויגן צו וואוינען נאנט צו זיין שוואגער אין בישהיים (ענ'), און ער האט זיך אוועקגעשטעלט לערנען תורה, און פרנסה האט ער געהאט פון די רווחים פון די אינוועסטריונגען אין זיין שוואגער׳ס געשעפטן. אין יאר 1786 האט סערף בער געעפנט א ישיבה אין דעם שטעטל, און האט באשטימט הרב זינצהיים ראש ישיבה. די ישיבה האט זיך אנגעפירט ביז דער תקופה פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע, ווען די  משפחה האט פארלוירן א גרויסן טייל פון זייערע פארמעגן און מען האט צוגעמאכט די ישיבה.

שפעטער אין דער תקופה פון דער הערשאפט פון טעראר האט הרב זינצהיים געדארפט אנטלויפן מיט זיין משפחה אין דער שווייץ. נאכדעם איז ער צוריקגעקומען אין עלזאס און איז געווארן דער ערשטער רב פון דער נייער קהילה אין שטראסבורג, וואו פריער איז געווען אסור פאר יידן צו וואוינען זייט דעם סוף פונעם 14טן יארהונדערט.

ער איז נפטר געווארן ז׳ כסלו תקע״ג (11טן נאוועמבער 1812), און מען האט אים באגראבן אין דעם פער לאשעז בית החיים אין פאריז.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. יש המקדימים את שנת לידתו ל-1736 או מעט קודם, ראה נתן רפאל אויערבך, תולדות הגאון רבי יוסף דוד זינצהיים, בתחילת: שלל דוד, מכון ירושלים תשס"ד
  2. די דאטע פון זיין פטירה וואס שטייט אויף זיין מצבה