לדלג לתוכן

דבר השם

פֿון װיקיפּעדיע

דבר השם איז א בלאג אין אידיש וואס איז אוועקגעשטעלט אויף אן אופן צו זיין עפעס צווישן א בלאג און א ספר. דאס הייסט אז אנדערש ווי ביי א געווענליכע בלאג וואס איז אויסגעשטעלט בלויז ווי א טאג בוך, מיט ארטיקלען אין כראנאלאגישען סדר, איז עס געצילט צו זיין אויסגעשטעלט לויט אן אינהאלט מיט א לאגישען סדר. ווידער איז עס נישט ממש א ספר אינעם זון פון א טראדיציאנאלען ספר וואס בלייבט אייביג אזוי ווי עס איז געווען ווען מען האט עס געקויפט, נאר עס טוט זיך שטענדיג בייטן מיט נייע ארטיקלען וואס קומען צו, און פארבעסערונגען צו די אלטע.

די טעמע פון די בלאג איז "די רייד פונעם אייבערשטען", וואס איז, לויט די שרייבערס פון דעם בלאג, סינאנים מיטן אמת, דעריבער איז די ציל פונעם בלאג צי דערגרונטעווען די אמת, בעיקר אין די ענינים ווי מענטשן האבן גערעדט אין נאמען פונעם אייבערשטען, און אזוי ארום דערגיין וואס פונקטליך איז די רייד פון השי"ת.