לדלג לתוכן

דאקטאר עגמאן

פֿון װיקיפּעדיע
דאקטאר עגמאן
געבורט 1990 (אלט 36 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אײַוואָ יוליאן ראָבאָטניק (ענגליש: Ivo Julian Robotnik; באקאנט מיטן ניק ד"ר עגמאַן (Dr. Eggman, יידיש: "איי מאַן") איז דער הויפט אַנטאַגאָניסט פון סאניק דער שטעכלער. ער האט אויפגעטראטן צום ערשטן מאל אין 1991 אינעם שפיל "סאניק דער שטעכלער" פאַר די סעגאַ מעגאַ דרייוו.

אין אַפריל 1990 האט סעגאַ געוואלט צו האבן אַ כאַראַקטער אַלס דער מאַסקאט פון דער פירמע אנשטאט אַלעקס קיד. צווישן די געדאַנקען איז געווען אַ קאַריקאַטור פון טעאדער רוזעוועלט. דאס איז געווארן דער עיקר פון דער געדאַנק פון ד"ר ראבאטניק. זיי האבן געוואלט אַ כאַראַקטער וואס איז געווען דער פאַרקערט פון סאניק, איינער וואס וואלט האבן פארשטעלט טעכנאלאגיע און אַנטוויקלונג. דער כאַראַקטער איז אויך געמאכט געווארן צו ווערן גרינג פאַר קינדער צו ציען.