דאמף לאקאמאטיוו

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דער יוניאָן פּאַסיפֿיק "ביג בוי"

א דאַמף־לאָקאָמאָטיוו אדער פאַרע־לאקאמאטיוו איז א דאַמפֿמאָטאָר אייזנבאן לאקאמאטיוו. עס איז אפט גענוצט געווארן פון בערך 1830 צו 1970. דערנאך דיזל און עלעקטרישע לאקאמאטיוון זענען מער אפט גענוצט געווארן. דער ערשטער דאַמף־לאָקאָמאָטיוו איז געמאכט געווארן דורך ריטשארד טרעוויטיק פאר אן אייזנבאן ליניע וואס איז גענוצט געווארן צו באַוועגן אייזן ביי אן אייזן פֿאַבריק אין וויילס.

א דאַמף־לאָקאָמאָטיוו ארבעט דורך פֿאַרברענען א ברענשטאָף אזא ווי קויל אין א ספעציעלער הרובע וואס הייסט א פייער-קעסטל. דאס מאכט הייסע גאזן וועלכע גייען ארויף און גייען דורך רערן אין א קעסל - א גרויסער טאנק וואס פֿאַרמאָגט וואסער. דאס זאט אויס דאס וואסער, וואס מאכט פארע. די פארע גייט דערנאך דורך אן אנדערן ריר צו א צילינדער. דערנאך שטופט די פארע דעם פּיסטאָן, וואס שטופט א מעטאלן דישעל וואס פארבינדט די רעדער, און באוועגט דעם לאקאמאטיוו. דערנאך גייט ארויף די פארע דורכן קוימען.

דאַמף־לאָקאָמאָטיוון זענען גענוצט געווארן ביז איצט אין פילע אויסוואַקסנדיקע לענדער אין וועלכע די אייזנבאנען זענען נישט געווען עלעקטריפֿיצירט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דאמף לאקאמאטיוו