לדלג לתוכן

דאמף לאקאמאטיוו

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דאמף-לאקאמאטיוו)
אַן SAR Class 25 לאָקאָמאָטיוו אין האַרטסוואָטער
סטיוונסאָנ'ס "ראָקעט"
א בריטישער טאַנק-לאָקאָמאָטיוו
אַ טענדער פֿון אַ דאַמף־לאָקאָמאָטיוו

א דאַמף־לאָקאָמאָטיוו אדער פאַרע־לאָקאָמאָטיוו איז א דאַמפֿמאָטאָר אייזנבאַן לאָקאָמאָטיוו. זיי זענען אפט גענוצט געווען פון בערך 1830 ביז 1970. דערנאך דיזל און עלעקטרישע לאקאמאטיוון זענען מער אפט גענוצט געווען. דער ערשטער דאַמף־לאָקאָמאָטיוו איז געבויט געווארן דורך ריטשארד טרעוויטיק פאר אן אייזנבאן ליניע צו פירן אייזן ביי אן אייזן פֿאַבריק אין וויילס.

א דאַמף־לאָקאָמאָטיוו ארבעט דורך פֿאַרברענען א ברענשטאָף ווי קויל אין א ספעציעלער הרובע וואס הייסט א פייער-קאמער. דאס מאכט הייסע גאזן וועלכע גייען ארויף און גייען דורך רערן אין א קעסל - א גרויסער טאנק וואס פֿאַרמאָגט וואסער. דאס הייצט דאס וואסער, וואס מאכט פארע. די פארע גייט דערנאך דורך אן אנדערן ריר צו א צילינדער. דערנאך שטופט די פארע דעם פּיסטאָן, וואס שטופט א מעטאלן דישעל וואס פארבינדט די רעדער, און באוועגט דעם לאָקאָמאָטיוו. דערנאך גייט ארויף די פארע דורכן קוימען.

דאַמף־לאָקאָמאָטיוון זענען גענוצט געווארן ביז איצט אין פילע אויסוואַקסנדיקע לענדער אין וועלכע די אייזנבאנען זענען נישט געווען עלעקטריפֿיצירט.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דאַמף־לאָקאָמאָטיוון