לדלג לתוכן

גוגל אנאליטיקס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גוגל אנאליטיש)

גוגל אנאליטיקס (Google Analytics) איז א פרייער באדינונג פון גוגל צו ווייזן סטאטיסטיק און טראפיק אנאליזן און פעטערן'ס פון וויזיטארס צו אייער וועב סייט.

עס איז אויסגעשטעלט מיט אנאליזן מאפעס פון די וועלט פון ווי אייערע ליינער זענען קאנצערטריט. און וועלכע ענין עס האט גורם געווען דאס מערסטע טראפיק צו דעם סייט. א.א.וו. אינטערסאנטע גראפס און נומערן צו ווייזן וואס איר זאלט זיך פארלייגן כדי צוציען נאך ליינער און אזוי ארום קענען מאכן געלט אויף עדס אין אייער סייט.

עס האט 80 מינע וועגן וויאזוי צו ווייזן רעפארטס איר זאלט אייך אינטימעטלי באקענען מיט אייערע ליינער וואס און ווער, ווי און וויאזוי, פארוואס און ווען, - זיי נוצען אייער סייט. אדער טאמער עס איז א ביזנעס סייט, צו זעהן וועלכע פראדוקטען פארקויפן זיך מער דורך כאפן דעם קאסטומער.

  1. וויפל בלעטער פון דיין וועבסייט א יעדע באזוכער ליינט.
  2. וועלכע זיי ליינען די מערסטע.
  3. וויפל צייט זיי פארברענגען אין דיין סייט.
  4. וויפל צייט זיי בלייבן אין איין-צוה אויפאמאל.
  5. א יעדע באנוצער וויפל מאל ער קומט צוריק באזוכן.
  6. עס גיט אייך א קאד ארויפצולייגן אויף מארקעטינג אימעיל וואס לינקט צו אייער סייט. און דערנאך קענט איר זעהן פונקליך וויפל פון די אימעיל ליסטע און ווער עס איז אלס אריין אין אייער סייט.
  7. א מאפע פון דער וועלט, מיט פינטעלעך וואס צייגט אייך ווען איר פירט אריבער דעם מייז וויפל פראצענט עס קומען פון יענע געגנט. איינגעטיילט ביזן קלענסטען געגענט אין א שטאט, וו.צ.ב.ש. ביז ברוקלין אדער מאנהעטן.
א סקרין שאט פון איינע פון די גראפס

עס איז אזוי פאפולער געווארן אז גוגל גיט דאס מער נישט אוועק בחינם נאר נאך אן אינטוויטאציע מיט א גורל.