לדלג לתוכן

בערל קרויזער

פֿון װיקיפּעדיע
בערל קרויזער
קיין פריי בילד
געבורט 1922
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט יולי 2007 (אלט 85 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי דוב מאיר ״בערל״ קרויזער (כ"ח חשוון תרפ"ד - ז' אב תשס"ז) איז געווען דער סקווערער ראש ישיבה יארן לאנג. ער איז געווען א ירושלימער תלמיד חכם און מחבר ספרים אויף ש"ס ורמב"ם.

ר' בערל איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו זיין פאטער רבי צבי הערש קרויזער און זיין מוטער טויבא (אייזנשטיין). ער האט געלערנט אין עץ חיים אין ירושלים, צוזאמען מיט זיין שטענדיגער חברותא, רבי אברהם חיים ברים.

פון יאר תשל"ז ביז תשנ"ט, 22 יאר, איז ער געווען דער ראש ישיבה אין דער סקווערער ישיבה און מתיבתא אין שיכון סקווירא, וואו ער האט אוועקגעשטעלט אן א צאל הונדערטער תלמידי חכמים מופלגים, וואס זענען היינט אליינס ראשי ישיבות איבער'ן וועלט.

זיין ברודער איז רבי זונדל קרויזער, וואס איז געווען דער טשעבינער ראש ישיבה א שטיק צייט.

הגאון ר' בערל האט מאריך ימים געווען, און זוכה געווען צו א שם טוב אינעם עולם התורה ביז גאר.