בעריש מייזליש
אויסזען
ר' בעריש מייזליש איז דער סאטמארער רב אין בארא פארק אין ביהמ"ד אויף 53'טע סטריט
ער איז א גביר פון גרונטאייגנס, און איז מער פארנומען מיט ביזנעס ווי מיט די רבנות,
אין דער סאטמארער מחלוקת האט ער גענומען א שטעלונג אויף זיין שוואגער'ס צד הרב אהרן טייטלבוים.
זיין זון איז רבי חיים הערש מייזליש אין בני ברק.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בעריש איז א זון פון הרב אלעזר מייזליש פון איהעל, זון פון הרב דוד דוב מייזליש. און מרת ריזל א טאכטער פון הרב יוסף פאנעט פון דעעש וויליאמסבורג רב אין אילאנדא.
ער איז געווען פארהייראט צו מרת חי׳ טאכטער פון הרב משה טייטלבוים פון סאטמאר.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע קינדער זענען:
- די ווייב פון מנחם מענדל טייטלבוים
- חיים הערש מייזליש פון בני ברק איידעם ביי ישראל האגער (בני ברק).
- די ווייב פון חיים שלום האלבערשטאם עלטסטער זון פון בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם אדמו״ר מבאבוב.
- די ווייב פון הרב יואל האלבערשטאם בן הרב זלמן האלבערשטאם מטשאקאווע