בעקבות רבותינו
מראה
בעקבות רבותינו (יודיש טייטש: אין די טריט פון אונזערע רביס) איז א סעט פון פיר ביכער וועלכע טוט זייער שיין באשרייבן אין דער יידישער שפראך די לעבן-דערציילונג פון פיר בארימטע גדולי ישראל וועלכע האבן געלאזט אן אומפארגעסליכן איינדרוק ביי באזונדערע קרייזן פון כלל ישראל, און געשאפן דעם געשטאלט פון אידישן פאלק אויף די צוקונפטיגע דורות. די פיר בענדער זענען:
- דער בעש"ט (ירושלים תשמ"ג).
- דער ווילנער גאון (ירושלים תשמ"ג)
- דער חתם סופר (ירושלים תשמ"ג).
- דער בן איש חי (ירושלים תשמ"ג).
עס איז אויסגעארבעט פארן יוגנט מיט נקודות דורכן טאלאנטפולן שרייבער מנחם מענדל גערליץ גריפן מנחם געץ, וועלכע רופט זיך מיטן פסעוודאנים מנחם גץ און איז געדרוקט געווארן אין ירושלים.