בני-הית און בני-חית
בני־הית און בני־חית זיינען געווען צוויי צווייגן אַשכנזים אין מיטל־עלטער. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסריידן דעם אות "חית" און דער חילוק צווישן ביידע גרופּעס איז געווען אַ קולטורעלער: אין מינהגים און אין שפּראַך.
עטימאָלאָגיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בני חֵת טרעפט מען אין ספר בראשית: דאָס איז געווען אַ פאָלק, וואָס האָט פאַרקויפט אַברהמן די מערת־המכפּלה צו באַגראָבן שרהן. פאַר יידישע ישובים אין דייטשלאַנד זינט 15טן י״ה איז דאָס געווען אַ "שיבולת": "בני־הית" זיינען געווען די, וואָס האָבן אַרויסגערעדט דעם חית ווי הא, און אין מויל פון "בני־חית" (אָדער "בני־כֿית") איז דער חית געווען אַזוי ווי כֿף. באַשרייבנדיק די דאָזיקע דיפערענץ האָבן רבנים געמיינט די הברה פון לשון קודש, אָבער ס׳האָט באַרירט אויך דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון זייערע טאָגטעגלעכע שפּראַכן.[1][2]
מקורים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער חילוק איז געווען גוט באַקאַנט פאַר די רבנישע אויטאָריטעטן און יידישע לינגוויסטן אין 15טן-17טן י״ה, און עס זיינען געקומען צו אונדז עטלעכע באַשרייבונגען פון דעם ענין און די פּראַקטישע קשיאות דעריבער. דיסקוטירנדיק וואַריאַציעס אין דעם אָדער יענעם מנהג באַצייכענען די מחברים די געביטן, וואו מע פאָלגט דעם פיר, מיט נעמען "תפוצת רינוס" ,"בני רינוס", "בני הית" אַנטקעגן "בני עסטרייך" און "בני חית" (אין ווערק פון יויזלן (יוסף בן משה ,איסרלינס תלמיד), דעם מהרי״לן, זלמן משוטיגווערא). צו מאָל איז די לינגוויסטיק אַליין דער אָביעקט פון דער חקירה: ווען די רייד גייט וועגן די נאָרמעס פון הברה, פּאָעזיע אָדער עטימאָלאָגיע (ביי איסרלינען, יוסף בן משה, אליהו בחור, דעם מהר״ם מינץ)[1][3][4][5].
לינגוויסטישע אונטערשיידן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער עיקרדיקער לינגוויסטישער חילוק צווישן די ביידע גרופּעס איז געווען אַ פאָנעטישער. ער האָט באַרירט די הברה פון לשון קודש און תרגום לשון גופא און אויך דעם אינטעגרירטן סעמיטישן קאָמפּאָנענט אין די דייטשיש־באַזירנדיקע שפּראַכן: יידיש אין ברייטן זינען. די דייטשישע קאָמפּאָנענטן אין די דאָזיקע שפּראַכן פון זייער זייט האָבן אויך פאַרשידענע יסוד־דיאַלעקטן.
אינעם קאָנסאָנאַנטיזם איז דער בולטסטער הבדל געווען אינעם אופן אויסצוריידן חית, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען פאַר די צוויי גרופּעס אַשכנזים. דער תחילת־פאַרינגאַלער קלאַנג פונעם סעמיטישן ח (אַ פּנים [ħ], דער שטימלאָזער פאַרינגאַלער פריקאַטיוו) האָט פאַרלוירן זיין באַפאַרבונג אין דער סביבה פון אייראָפּעישע שפּראַכן. דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן בפירוש אין די ישובים, וואָס די אַשכזים האָבן פון זיי געשטאַמט, דהיינו: אין צרפת און מערב־כנען. די פּעולות זיינען געווען אָבער פאַרשידן אויף מערב און אויף מזרח: צווישן די בני־הית האָט דער חית פאָנעטיש צונויפגעשמאָלצן מיטן הא ([h]) און צווישן די בני־חית איז דער אות ארויסגערעדט געוואָרן ווי כֿף ([χ], [x]). חוץ די דירעקטע באַשרייבונגען פון דעם עיקר אין רבנישע און לינגוויסטישע ווערק (למשל, זלמן הנקדן, 1395), זאָגן דאָ עדות אויך לאַטיינישע טראַנסקריפּציעס און געגראַמטע טעקסטן[1][6]. אַזוי אַרום, טרעפט מען ביי אליהו בחורן אַ גראַם פון בלע־מכלה־גלח (זיין "הבדיל", 1514)[1]. אין דער דאָזיקער יצירה און אויך פון אַנדערע ראַיות, זעט מען, אַז דער h־קלאַנג איז אין גאַנצן נעלם געוואָרן אין באַשטימטע פאָנעטישע סביבות אין מויל פון בני־הית (און אירע גויישע שכנים), און דאָס האָט באַרירט אויך דעם היסטאָרישן חית[1]. דעם סוף־רעזולטאַט פונעם דאָזיקן גילגול קענען מיר טרעפן ביזן היינטיקן טאָג, למשל, אינעם וואָרט "מעקן", וואָס איז אַריין אין יידיש פון דער שפּראַך פון בני־הית. אליה בחור דערציילט (און די לינגוויסטן זיינען מסכים מיט זיין חקירה), אַז דאָס וואָרט וואַקסט אַרויס פונעם שורש מ־ח־ק, און דער חית איז שפּעטער געוואָרן שטום. אַזעלכע וואַריאַנטן פון פּערזענלעכע (בעיקר ווייבערישע) נעמען ווי "רעלע" (פאַר רחל) אָדער "סימע" (פאַר שימחה) זיינען אויפגעקומען פונעם זעלבן פּראָצעס[1][7]. עטלעכע פאָרמעס מיט ח=h אָדער ווייטער ח=∅ זיינען "פאָסיליזירט" געוואָרן אַלץ לייווערטער אין דייטשישע דיאַלעקטן אויף די פריערדיקע טעריטאָריעס פון בני־הית, אַזוי ווי לדוגמא Lehm פאַר לחם[1][8]: 120.
אַן אַנדער חילוק אין קאָנסאָנאַנטן איז געווען אינעם שטייגער אַרויסצוריידן דעם שין. די בני־חית האָבן מבחין געווען צווישן די סיבילאַנטן [s] (סמך און שׂין) און [ʃ] (שין). להיפּוך, די בני־הית האָבן דעם דאָזיקן אונטערשייד ניט געוואוסט און פלעגן אַרויסריידן די גאַנצע ריי ווי [s], וואָס האָט באַמערקט זלמן הנקדן. אַן אייבערפלעכלעך ענלעכער פענאָמען קען מען טרעפן אינעם ליטווישן יידיש, דהיינו דער סאַבעסדיקער לאָסן, וואָס האָט אָבער קיין שייך ניט צו בני־הית און האָט זיך אַנטוויקלט באַזונדער[5].
די שיטה פון וואָקאַלן אין לשון קודש פון בני־הית איז געווען ענלעך, אויב ניט גלייך, צו דער ספרדישער הברה. די סופרים פון בני־הית טעריטאָריעס האָבן באַניצט די טבריה׳ער נקודות, אָבער ניט תמיד האָבן זיי געוואוסט, וואו מוז מען שרייבן פּתח און וואו קמץ, וואו סגול און וואו צירה[3]. מע טענהט אָבער, אַז דער דאָזיקער נוסח איז געווען אין דער היים פון בני־חית אויך (ביזן סוף 14טן י״ה) און נאָר שפּעטער איז ער ביי זיי און אויך ביי בני־הית אויסגעביטן געוואָרן אויפן נוסח, וואָס מיר הייסן היינט אַשכנזישע הברה[7][9].
היסטאָרישע און געאָגראַפישע ראַמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ a b c d e f g וויינרייך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכנז: די פּראָבלעם — און וואָס זי לאָזט אונדז הערן. ייוואָ בלעטער 41: 102–123
- ↑ Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. Trans Philol Soc 89: 95–121
- ↑ a b Katz D (1987) The proto dialectology of Ashkenaz. Language & Communication 7: 47–60
- ↑ Katz D (1988) Origins of Yiddish dialectology. Language & Communication 8: 39–55 : 9–37
- ↑ a b Katz D (1993) East and west, khes and shin, and the origin of Yiddish. In: Israel Bartal I et al (eds) Studies in Jewish Culture in Honor of Chone Shmeruk: 9–37
- ↑ Neuberg S (2003) Noch einmal die Bney-Hes: (be)hesemen. Jiddistik Mitteilungen 29: 10–13
- ↑ a b Beider A (2013) Bne Hes and Bne Ḵes. In: Khan G (ed) Encyclopedia of Hebrew Language and Linguistics, Vol I: 373-375
- ↑ Stern H (2000) Wörterbuch zum jiddischen Lehnwortschatz in den deutschen Dialekten. Max Niemeyer Verlag, Tübingen: vi+250 pp
- ↑ וויינרייך מ (1973) געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך: באַגריפֿן, פֿאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו יאָרק, אין 4 בענדער. (ציטירט פֿון Weinreich M (2008) History of the Yiddish Language, Yale University Press)