לדלג לתוכן

בידגאש

פֿון װיקיפּעדיע
בידגאש
Bydgoszcz
פארשידענע אויסקוקן אויף בידגאש
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע פאר 1238
קאָאָרדינאַטן 53°07′N 18°00′E / 53.117°N 18.000°E / 53.117; 18.000קאארדינאטן: 53°07′N 18°00′E / 53.117°N 18.000°E / 53.117; 18.000
וואיעוואדעשאפט קויאוויע-פאמעראניע
בירגערמייסטער ראפאל ברוסקי
שטח 174.57 קוואדראט ק"מ
הייך 60 מעטער

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

363,926‏  (שטייענדיג 2011)
2,100 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
www.bydgoszcz.eu

בידגאש (פויליש: Bydgoszcz, דייטשיש: Bromberg, לאטיין: Bydgostia) איז די אכטע גרעסטע שטאט אין פוילן. זי איז איינע פון די הויפטשטעט פון דער קויאוויע-פאמעראניע וואויוואדעשאפט (די צווייטע איז טארען) מיט א באפעלקערונג פון 363,926 (2011). בידגאש געפינט זיך אין צפון פוילן, צווישן די ווייסל און ברדא טייכן.


דער מלך קאזימיר דער גרויסער האט געשאנקען בידגאש מיט שטאט רעכטן דעם 19טן אפריל 1348.

אין 1629 האט שוועדן איינגענומען די שטאט. ווען מ'האט צעטיילט פוילן אין 1772 איז בידגאש געווארן א טייל פון פרייסן.

אין 1807 האט נאפאלעאן געזיגט פרייסן, און בידגאש איז געווארן א טייל פון דער הערצאגשאפט פון ווארשע.

בידגאש איז א הויפט באן קנופ, ווי א הויפט צפון־דרום ליניע טרעפט א הויפט מזרח־מערב באן ליניע.


די צווילינג שטעט פון בידגאש זענען:

צווילינג שטעט
שטאט/שטעטל מדינה דאטע
 רעדזשיא עמיליא איטאַליע 12.04.1962
 קראגואיעוואץ[1] סערביע 23.07.1971
 מאנהיים דייטשלאנד 26.11.1991
 הארטפארד פאַראייניקטע שטאַטן 30.09.1996
 פאוולאדאר קאזאכסטאן 10.04.1997
 פערט סקאטלאנד 9.05.1998
 טשערקאס אוקראינע 13.09.2000
 קרעמענטשוק אוקראינע 30.06.2004
 פאטראס גריכנלאנד 8.10.2004[2]
 נינגבא כינע 28.12.2005
 ווילהעלמסהאוון דייטשלאנד 19.04.2006
  1. Kragujevac Twin Cities. ©2009 Information service of Kragujevac City. דערגרייכט דעם 2009-02-21.
  2. Διεθνείς Σχέσεις. e-patras.gr. דערגרייכט דעם 2011-09-16.


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בידגאש