ביאמאלעקול

פֿון װיקיפּעדיע

א ביאמאלעקול איז א מאלעקול וואס פאסירט נאטירלעך אין לעבעדיגע ארגאניזמען.[1] ביאמאלעקולן באשטיין בעיקר פֿון קוילנשטאף און הידראגען, מיט שטיקשטאף (אַזאָט), אקסיגען, פאספאר און שוועבל. אמאל זענען אנדערע עלעמענטן איינגעגלידערט אבער זעלטן.

קלארמאכונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אלע באוואוסטע פֿארעמען פֿון לעבן זענען צוזאמענגעשטעלט נאר פֿון ביאמאלעקולן. למשל, מענטשן האבן הויט און האר. דער הויפט באשטאנדטייל פֿון האר איז קעראטין[2], א צוזאמענשטעל פֿון פראטעינען וואס זענען אליין פאלימערן געבויט פֿון אמינאזייערסן. אמינאזייערסן זענען פֿון די וויכטיגסטע בויענטיילן באניצט אין נאטור אויסצובויען גרעסערע מאלעקולן. נאך א סארט בויענטייל זענען די נוקלעאטידן, יעדער איינער מיט דריי ביישטאנדן: אדער א פורין אדער פירימידין באזע, א פענטאז צוקער און א פֿאָספֿאַט גרופע.[3] די דאזיגע נוקלעאטידן פֿארמירן בעיקר די נוקלעאישע זייערסן.


טיפן ביאמאלעקולן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערנצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אקספֿארד ווערטערבוך פֿון ביאכעמיע און מאלעקולארישע ביאלאגיע Oxford Dictionary of Biochemistry and Molecular Biology, Oxford University Press, 2006, p. 76.
  2. Dermatology, Otto Braun-Falco, Gerd Plewig, H. H. Wolff, W. H. Burgdorf, 2000, p. 1100.
  3. Henderson’s Dictionary of Biology, Eleanor Lawrence, 2005, p. 443