לדלג לתוכן

באראט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון באוראט)
סאשא באראן כהן נעבן אריזאנע, אין זיין כאראקטער באראט

באָראַט (ענגליש: Borat) איז א פילם וועגן באָראַט סאַגדיעוו, א פיקטיווער קאַזאַכער זשורנאליסט געשפילט דורך סאשא באראן כהן.

ער האט אנגעהויבן דעם כאראקטער צו דורכפירן ליצנותדיגע אינטערוויאוס מיט מענטשן אלס א פארשטעלטער זשורנאליסט פון קאזאקיסטאן, און עס איז די טעג ארויס אין א פילם אין אמעריקע וואס איז געווארן די הייסטע פילם אין אלע טעאטערס שוין פאר די צווייטע וואך, בעיקר שפילט דאס אויף וויאזוי ער פרעגט נארמאלע מענטשן דורכאויס אמעריקע אנטיסעמיטשע און אנטיפרויען פראגעס און זיי ענטפערן מיט א שמייכל ווי צוצישטימען צו זיינע אנטי מיינונגען, ווי צום ביישפיל גייט ער קויפן א פיסטויל און דעם געשעפט קלוירק ענטפערט אים וויאזוי צו שיסן א איד און יעדער לאכט...

אדער די סצענע ווי ער זינגט א קאנטרי סאנג אין א אריזאנע באר מיט קאובוי היטן און מענער און פרויען זינגן אלע מיט שיכורהייט, ווארפט אריין דעם איד אין ברין... כדי מיין לאנד זאל זיין פריי... כאפט אן דעם איד ביי די הערנער... ווען מיר דערנאך קענען מאכן א גוטער פארטי...

כאטשיג דער פילם מאכט שפאס און חוזק פון אלע מאנדע זאכן און מענטשן איז אבער דער איד דער הויפט ציל ברעט. וויאזוי צו מאכן לאכן דעם צושויער.

די ADL וואס פארדאמט אלע אנטיסעמיטישע זאכן, האט גאר באגריסט דעם פילם ווייל עס ווייזט ווי בלינד און אומראציאנאל די האס פון אנטיסעמיטיזם איז, און די אמעריקאנע פאלק אין די טעאטערס לאכן נישט פון די אידן נאר גאר פון די כאראקטער ווי נאריש ער האט פיינט דעם איד.