לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:שמאלץ/Archive2

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

די וועלט איז נישט שולדיג אז ביי דיר אין שול ציפט מען די קינדער.

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז נישט קיין מנהג צו ציפן קיין קינדער נישט ביי אהבה רבה און נישט ביי שבח, איז אלזא ביטע פארדריי נישט קיין קאפ די גאנצע וועלט מיט דעם שבח אידן ארטיקל, דאס איז הוילע שטותים וואס פאסט נישט אין קיין מציאות'דיגער אנציקלאפידיע, ווייל איינער אדער צוויי משוגעים טוען דאס. באלד וועסטו נאך טרעפן לאנגע נאז אידן, ראציגע אידן, שימלדיגע אידן. ביטע מעק עס אויס.--71.247.187.193 23:36, 27 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דו מאכסט מיך לאכן, אבער די פאקט איז אז עס איז דא אזא אויסשפריך ווי שבח אידן אז עס איז דא נאך וואס האלטן אז נישט דאן וועט מען דאס אויסמעקן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 00:38, 28 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דיין הסכמה אויף קורצע נייעס איז זייער שיין

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך בין אויך מסכים דערצו שכוח פאר דיין הסכמה.--הייד פארק 20:46, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

רעדסט טסיניש? ►רוני◄ 20:50, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
נעם דאס אן מיטן זעלבן ניגון פון זיין הסכמה--הייד פארק 20:58, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

נאכן בלאקן קען מען שוין נישט שרייבן אין רעדן בלאט

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דעריבער בעט דעם ארוני וואנדאל זאל דיר ענטפערן אין אימעיל נישט אין רעדן בלאט.--71.249.32.118 14:06, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

איך בין נישט באקאנט אויף זיכער, ווייל כ'בין נאכדערווייל קיינמאל געווען אויסגעשפארט, אבער דאכט זיך מיר אז אדער די באנוצער בלאט, אדער די רעדן בלאט איז נישט פארשפארט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:28, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
האסטו א טעות, אלס איז פאשפארט. ►רוני◄ 15:41, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
אקעי כ'האב נישט געוואוסט פון דעם, מיר ליגט די טעות פון וואס כ'האב געהערט אויף IRC פון אנדערע וויקיפידס. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:43, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

ערשטע-זייט אויסשטעל

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואס האלטסטו לגבי דער שינוי אין דיי ערשטע זייט פון פארברייטערן די נייעס-קעסטל אויפן חשבון פון דער קאלענדאר מיט די אויסדערוועלטע ארטיקל? ►רוני◄ 21:24, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

בעצם גלייך איך דאס, וואס איך גלייך נישט איז די פונטס, כ'מיין אז די אלטע איז געווען בעסער, עס נעמט אויף צו סאך פלאץ. אויך וואלט איך אפשר געטוישט די ברוכים הבאים מיט די נייעס, אזוי אז די נייעס איז אויף די רעכטע זייט און האט מער פלאץ. אין אלגעמיין כל הכבוד שיינער ארבייט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:11, 16 באוגוסט 2006 (UTC)
איך האב דיר געפרעגט לגבי צו לאזן נאר נייעס וואס יודל האט נעכטן געטוישן, אבער יעצט האב איך דאס שוין אויסגעשטעלט אינגאנצן אנדערש מיט לאזן א גרויסע נייעס-קעסטל. לגבי איבערדרייען די זייטן מיין איך אז דאס וועט גורם זיין מען זאל אויפהערן שרייבן ארטיקלען און מען וועט שרייבן נאר נייעס. ►רוני◄ 12:48, 16 באוגוסט 2006 (UTC)

איך האב דאס נישט געזעהן און געוויס בין איך נישט מסכים צו האלטן נאר נייעס, שרייבן זאכליכע ארטיקלן איז געוויס וויכטיגער ווי די נייעס, די גאנצע נייעס איז נאר דארטן אז עס זאל זיך אנשמעקן פאר באזיכער צו נעמען זיך שרייבן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:37, 16 באוגוסט 2006 (UTC)

יא! איך שטים מיט. עס איז א מייסטער הערליך ארבייט. געוואלדיג שיין. איך בין היינט אויפגעשטאנען צו א נייער וויקיפעדיע, אבער שמאלץ זאגט א זאך וואס האט מיר אויך געבאדערט, דהיינו אפשר איז די פאנט'ס (אותיות) פון די נייעס קעסטל צו גרויס? אדער צו שמאל? עפעס קוקט דאס נישט אויס גוט. איך ווייס נישט פונטקליך.--חיים ליבערמאן 12:21, 16 באוגוסט 2006 (UTC)
א דאנק, איך וועל דאס ענדערן. ►רוני◄ 12:29, 16 באוגוסט 2006 (UTC)

א דאנק עס איז באמת שיין יעצט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:37, 16 באוגוסט 2006 (UTC)

בוש האט געזאגט אז אידן גייען אין גיהנום

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין די לענג און די ברייט ביי די וואלן דעמאלטס איז דאס געועון א באקאנטער זשאוק ביים כותל המערבי, און אז איצט האט עפעסס א דעמאקרטישער בלאג נישט געהאט וואס צו שרייבן דערוועגן נאר אז עס איז ארויסגעקומען די הונדערטסטע בוך דערוועגן זענען מיר נישט שולדיג, מיר דארפן דאס נישט איבערקייען. עס איז אוטאקטואלע אומאינטערסאנט און גאר אויסגעדראשן. אנטשולדיגט פאר די מעקן אבער דאס מאכט אומאינטערסאנט וויקיפעדיע אויב איך לאז דאס.--משה 18:01, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

עס קען אוואדאי געוויס באשריבן ווערן אין זיין ארטיקל פון דזשארדזש דאבליו בוש מיטן אמת אז דאס איז געווען אימיטען א וויצעלן זיך מיט א רעפארטער. אבער נישט קיין נייעס פאר היינט 8 יאר שפעטער.--משה 18:05, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

ווארענונג: נעם נישט קיין שטעלונג פאר דו טוסט דורך די לעצטע ענדערונגען

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו באגאבונט איינער. דו האסט דאס געלייגט נאכדעם גאנצען פרשה וואס איך האב דיר געווארענט פאר דעם איז נישט געווען די מקור. דאס הייסט א פרעכער ......--דירעקטאר 16:08, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אנטשולדיגט כ'האב דאס נישט באמערקט, כ'האב געמיינט אז די מקור איז דארט געווען גלייך פון אנפאנג.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:15, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
שמאלץ ביסט א מעטיגער .... ווייל דו האסט זייער גוט געזען די אלע טוישנוגען פון די לעצטע ענדערונגן בלאט נאר אפילו דו ביסט גערעכט אז דו ביסט א שעפעלע און דו האסט דאס נישט באמערקט בעט איך דיך קרטיקיר מיך נישט פאר דו קוקסט גוט דורך די גאנצע פרשה. ווייל דו ביסט דא א סיסאפ און סתם שרייבן פארן דורכטאן מאכט דיך איינזיינטיק.--דירעקטאר 16:25, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
מיט דעם ביסטו גערעכט אז כ'וואלט קודם געדארפט קוקען מער, אבער דו גאנצע הלוך ילך אהין און צוריק וואס דו און אלזוז שלאגן זיך ארום, איז וואס מאכט מיך פארגעסן דאס צו טאן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:33, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
פארפאלן נוץ נישט דיין סיסאפ כוח פאר דו גייסט דורך די געהעריגע פראדוצירן. צו דו האסט יא נערווען צו נישט.--דירעקטאר 16:35, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
כ'האב נישט גענוצט מיין סיסאפ כח, כ'האב געטאן וואס יעדער קען טאן. נוצען סיסאפ כח וואלט געמיינט אויספארן איינעם אדער א בלאט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:37, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דאס אז איינער וואס האט דא מער כוח ווי סתם א באנוצער קריטיקירט איינעם און נעמט זיך אן פארן צווייטן איז א איבערוויגענדער קריטיק וואס דער באשולדיגטער איז וויייניגער גערעכט פארן אלגעמיינעם באנוצער זעהנדיג אז א סיסאפ האלט מיטן אנדערן.--דירעקטאר 16:41, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
נישט אז דער אנדערע איז אויך א סיסאפ.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:47, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
באנוצער יודל האט זיך נישט באנוצט מיט זיינע סיסאפ רעכטן דא פאר א שיינע פאר חדשים. ממילא איז דאס נישט ריכטיג אז אן אלגעמיינער באנוצער קוקט אן באנוצער:דירעקטאר אלס די זעלבע כוח ווי באנוצער:שמאלץ. נאדערצו אז 3 סיסאפ'ס רודףן אים. רוני קאצקער און שמאלץ ביינאזאם וואלט זיך פארלאגט מער יושר.--דירעקטאר 16:50, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
און אפשר טאקע ווייל 3 סיסאפן רודףן אים זאל ער איינזעהן אז ער איז א יחיד אין חשד זיין אז דאס איז די זעלבע באנוצער, וועסטו גלייך ענטפערן, ניין רוני איז א תמים און די איבריגע איז דאך אלץ איינס און די זעלבע און קען נישט רעדן וועגן דעם. שוין האסטו דאן אויסגעפונען א וועג ווי אזוי איך קען נישט רעדן וועגן עפעס ווייל איך בין דאס וועם מען באשולדיגט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:54, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
רוני האט שוין עטליכע מאל מגלה דעת געווען אז זיין רודף'ן מיך איז נישט ווייל ער איז מסופק צו איך בין גערעכט. נאר ער איז מוראדיגער תמים, וואס וויל נישט הערן אז עס איז דא אזא מין דערהער פון חסידישע שרייבער וואס ווילן אונטערברענגן וויקיפידיע און איך האב אים שוין אויפגעוויזן אפאר מאל אז דער אלזוז איז א היידפארק אינגל וואס זיין כוונה איז אונטערברעכן וויקיפעדיע. זעה געמיינדע אן עקסטער שמועס וועגן דעם. דו און קאצקער נעמען זיך כסדר אן פאר דעם אלזוז און אנדערע באנוצער קעגן מיר. איך פריי מיך אז דו טוסט דאס אזוי ארום טוסטו דיך אויס נאקעט צו מאכן טאקע מיין קעיס אז דו ביסט שוין צוויי מאל סיסאפ דא. אבער אלעס האט א שיעור. אז דו זאגסט בפירוש אז דו האסט נישט דורכגעקוקט די לעצטע ענדערונגן בלאט מעג איך דיך בעטן מיט שיינעם טוה דאס נישט.--דירעקטאר 17:02, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

שעם דיך דו מנובל איינער.

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנשטאט גיין אינפארסירן דעם וואנדאל באנוצער:beneberaq וואס האט געשריבן אזאלעכע געמיינע זאכן אויף א איד אן קיין שום מקור, און דערנאך האט ער נאך געמעקט זיין רעדן בלאט צענדליגע מאל כדי קיינער זאל נישט זעהן וואסארא וואנדאליזם ער האט שוין דא אפגעטון. - האסטו איין דאגה צו פליקן אז מען האט נישט קיין שיינע שפראך, פאק יו שיינע שפראך דו ביסט א מנובל און א נידערטרעכטיגער שטונקער. גיי אין דער ערד!--71.249.32.67 00:16, 13 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ביטע אויפקלערן א קורץ ווארט ביים צוריקדרייען

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א גוט מארגן, אויב דו דרייסט צוריק יענעמס ארבייט וואס איז נישט געשריבן געווארן גראב צו צושטערן (למשל דא), איז כדאי צו שרייבן די סיבה ביים צוריק דרייען, און נאך בעסער צו אויך דאס ערקלערן ביי יענעמס רעדן בלאט. כדי צו העפענען טויערן פארן נייעם באניצער צו ממשיך זיין באשטייערן אין די וויקיפעדיע. א דאנק. ►רוני◄ 05:05, 20 סעפטעמבער 2006 (UTC)

כ'וועל משתדל זיין, א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:33, 20 סעפטעמבער 2006 (UTC)
איך בין מחולק מיט רוני, א קורץ ווארט פאר א וואנדאל, איז א פראבלעם, רוב מאל פארשטייען זיי נישט יידיש, זיי זענען סתם דורכגעגאנגען אנפילן די ליידיגע צייט מיט זייערע ליידיגע קעפ. יעדעס אות וואס מ'שרייבט זיי איז זיי מחזק אז מען מאכט זיך צו טאן מיט זיי. גייט אריין אין דעם לינק וואס רוני צייגט אן, יענער האט סתם געמעקט אינפארמאציע אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען, ער האט געמעקט נאך ארטיקלן א סעקונדע דערנאך. דער רוני איז אינטערסירט דא אויפצולעבן מיט געשלעגן אויב הייסט ער ענטפערן פאר אזא וואנדאל.--זרח 23:34, 20 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אין די מקור שטייט נישט נטורי קרתא

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס שטייט זשאוס אגענסט זייאניזם דאס איז דער נטרונא גרופע פון וויליאמסבורג. --יאנוש 13:45, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

כ'האב נישט געוואוסט אז דאס איז נישט די זעלבע, א דאנק פארן אויפקלערן און פאררעכטן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 13:47, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)
למעשה אוויפן וודייאו זעהט מען נטורי קרתא בעיקר און נאר דעם בעל הבית פון נטרונא זעהט אויס אז ער האט דאס באצאלט אז די פרעסע זאל עס נישט אנלעיבעלן אלס א נטורי קרתא גרופע.--יאנוש 14:02, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)
עס איז ווירקלעך יא נטורי קרתא נאר די טעות נעמט זיך מן הסתם ווייל די נטורי קרתא רופן זיך זשאוס נאט זייאניזם אין די נטרונא רופן זיך זשאוס אגענסט זייאניזם עס איז שוין נישט די ערשטע מאל וואס די אלגעמיינע פרעסע מאכט די טעות אין וועגען דעם רופט זיך די נטרונא לעצטענס תורה טרא זשאוס (געשריבן דורך באנוצער:איך)--יאנוש 14:42, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)
קודם איז דאס נישט אמת, לגבי דעם תורה טרו קעגן זשאוסט אגענסט זייעניזם, און נטורי קרתא רופט זיך יא נטורי קרתא, און דערנאך זעהט מען אויפן בילד ר' בנציון שווארץ, נאר וואס איך גיי איין אויף א פשרה אז ביידע האבן זיך געטראפן כאטשיג די מקורות צייכענען אלע אן אז נאר נטרונא.--יאנוש 14:42, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)


שמאלץ וואס האב איך FROM SIGNING IN

ערשטענס ביטש זיך אונטערשרייבן, צווייטענס, דא הערשט דעמאקראטיע, עס זענען דא סיבות פארוואס נישט זיין אנענעמען האט מעלות. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:56, 26 סעפטעמבער 2006 (UTC)

קודם כל א גרויסן יישר כוח פארן ארויפלייגן ערב יום כיפור די סייט נאטיס, איך וואלט געוואלט זאלסט שטעלן א לינק צו יעדעס ווארט, למשל יום כיפור און גמר חתימה טובה דאס דינט אז מען זאל נישט זאגן אז וויקיפעדיע איז קאנטראלד ביי יחידים וואס די מנהלים וואנטשן זיך פאר די באונצער... נאר מען לייגט דאס ארויפ בעיקר צו בארבייטן די אקטטועלע טעמעס. און דאס אז נאר דו מיט רוני און קאצקער האבן דערווייל פרייע צוטריט צו דעם הויפט בלאט איז וועגן היטן פון וואנדאלן. א גרויסן יישר כוח.--יחזקאל 14:35, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

גערעכט א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן. אגב יודל האט אויך די רעכטען.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:12, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
דער יודל האט דאך בפירוש ערקלערט אז ער טוט נישט נוצען זיין סיסאפ רעכטן--יחזקאל 22:27, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

ביטע אפדעיטן די סייט נאטיס

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך האב נישט קיין צוטריט צום הויפט זייט, און (עפערענטלי צום סייט נאטיס, וואס דאס דארף מען יא עפענען פאר יעדן, אויב קענסטו דאס עפענען,) נאר סיסאפ'ס, עס איז שוין נאך יום כיפור. טוישן די וואונטש. א גרויסן יישר כוח.--יחזקאל 14:35, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

בלאקיר דעם ערשטן זייט אז נאר סיסאפן זאלן דאס קענען טוישן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויף וואס ווארטסטו? איינער זאל מארגן אריין לייגן א שמוציג בילד אויף דעם גאנצן ערשטן זייט. אז באנוצער יעקב האט זיך דאס ערלויבט צו טאן און דאס האט געקענט ליגן אגאנצען טאג ווייזט דאס אויף א פירצה קורא לגנב ביטע פארשפאר דאס.--יחזקאל 22:26, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

קומענדיגס מאהל קוק ערשט אין ארטיקל דא די גאנצע זאך איז באשריבן, דערפאר האב איך דאס געמעקט. חוץ פון דעם, די ערשטע זייט איז נישט געמאכט פאר דעם, האסט דאס געקענט שרייבן דא. דאס שמעקט מיט וואנדאליזם אין ערגסטען פאל, און אומפאראנטוואליכקייט אין בעסטען פאל

ענטפער: איך קוק נישט צופיל אין אלע ארטיקלעך, איך האב נישט באמערקט אז עס האט א אנדערע פלאץ, איך שרייב דיר דא, ווייל איך שאץ דיך פאר א בעל דעת- לאמיר דיך פרעגן אפען הארציג, איז דאס טאקע די ערשטע ווארט צו שרייבן "דאס שמעקט מיט וואנדאליזם", קענסט מיר אפשר מסביר זיין מיט שכל וואס האט דאס צו טון מיט וואנדאליזם, - איך בין אינטערסירט צו אלע שרייבערס דא זענען אשי מלחמה??, גלייך מיט געווער? איך זעה דא געשלעגן צווישן די שרייבערס וואס פאסט בכלל נישט פאר אידן שומרי תורה ומצות, מיט ווילדע ווערטער?, ביי א אנדערע געלעגנהייט האב איך באמת הנאה געהאט פון דיין געמאסטענע שטעלונג, דוקא נישט ווילד, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין דיין לשון אין דעם פאל, משום והייתם נקיים מה' ומישראל, ידידך --יעקב 02:24, 4 אקטאבער 2006 (UTC)

ענטפער דארט ווי מען פרעגט דיר אהן. כ'וועל קאפירן דיין אנטווארט אהין און דארטן ענטפערן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:26, 4 אקטאבער 2006 (UTC)

איך האב פראבלעמן ארויפלייגן נייעס האסטו אויך?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז מיר וויכטיג צו וויסן צו דאס האט מיט מיין קאמפיוטער צו דאס איז ביי דיר אויך שווער געווען.?--אליקום 13:13, 5 אקטאבער 2006 (UTC)

עס האט געארבייט זייער גוט ביי מיר. וואס נוצטו? פייערפאקס אדער אינטערנעט עקספלארער?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 13:16, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
יא איך האב א פארדאכט אז ויבאלד איך האב דאס געשריבן אין ווארד און געקאפיט האט דער סיסטעם פראבלעמן דאס איבערטייטשן. איך האב דאס דיר געשיקט אין אימעיל ביטע לייג עס ארויף פארן עולם, זימעיל אקאונט טשעק.--אליקום 13:19, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
שוין ארויפגעלייגט. פרוביר אויסמעקן אלע קוכלעך און די קעש (CACHE).--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 13:21, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
קודם א דאנק. און דערנאך וויאזוי מעק איך עס פונטקליך?--אליקום 13:23, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
אין פייערפאקס גיי צו Preferences אדער Options אונטער אדער Tools אדער Edit. דאן זוך פאר Cache (קען זיין אונטער Advanced) און קליק אויף Clear Cache אדער Delete Files. אין איי אי. גיי צו Tools > Options אונטער Temporary Internet Files קליק אויף Delete Files.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 13:28, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
קיכלעך וועסטו טרעפן אין בערך די זעלבע פלעצער מעק אלעס אויס. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 13:29, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
איך האב אויסגעמעקט מיינע אלע קוקס אין אויך קעשעי אבער עס איז נאכאלטס דא דער פראבלעם, איך מיין אז דאס איז מיטן וויקיפעדיע סיסטעם, איז דא א וועג זיי צו ריפרעשאן? אויך זעה איך אז דאס האט גארנישט מיטן ווארד פראגראם ווייל איך האב איצט אראפגענומען די הויפט נייעס פון אייער נעכטן און פריערט און דאס גוואלט לייגן אויף די אלע נייעס בלאט אבער די סיסטעם פולעסטס און קומט צוריק מיט עראר פעיזש געדענקסטו וויאזוי מען ריפרעשט וויקימעדיע סיסטעם סאפטוועיר.?--71.247.139.42 13:45, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
אויך האב איך דיר געשיקט אין אימעיל זאלסט דאס טאן אנטשאט מיר. טעקנס מאטש.--71.247.139.42 13:45, 5 אקטאבער 2006 (UTC)

דו ביסט שטיל פארוואס?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קוק דא באַניצער רעדן:70.107.123.54. און ענטפער. שכוח.--טיבי 17:42, 11 אקטאבער 2006 (UTC)

אנטשולדיגט פארן נישט באמערקן, כ'בין טאקע געווען דא, אבער כ'האב נישט אלעס באמערקט צוליב דעם וואס כ'האב נישט פארברענגט צופיל צייט נאכקוקען אלעס. א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 21:55, 11 אקטאבער 2006 (UTC)
ביטע גיי נאך די אייפי'ס טוישונגען און אלע זיינע באטיילונגען ווייל דו ביסט דער איינציגסטער סיסאפ אקטיוו די טעג וואס פארשטייט אין חסידישע זאכן. האב א פרייליכען מועד.--טיבי 21:57, 11 אקטאבער 2006 (UTC)
כ'האב דאס שוין געטאן אויף יענע איי פי, כ'קוק יעצט איבער די אנדערע ענדערונגען.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 21:58, 11 אקטאבער 2006 (UTC)

זעה דא שמועס אנדערע רופען פארדרייען א קאפ אדער נערווען קריכער, אויב דו ווילסט שוייגן שווייג אבער נישט נעם דיך אן פאר אים. ווייל דו ביסט דער זעלבער. פיר דיך אויף ווי אן ערוואקסענער.--טיבי 14:53, 12 אקטאבער 2006 (UTC)

דו האסט נישט געהאט קיין רעכט דאס צו טאן. וויבאלד דו האסט נישט געברענגט קיין באווייזן אז איך באנוץ מיך אויך מיט אלזוז.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:00, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
דאס אז דו ביסט שטיל דא שוין די לעצטע חדשים ווען ער רודףט אויף אלע זייטן אויף אלע מינע וועגן און דו זאגסט נישט קיין ווארט, נאר איצט געסטו אים נאך חיזוק אז ער איז געווען גערעכט אן קיין שום סיבה וויאזוי צו בארעכטיגן זיינע רדיפות דא. ווייזט דיין אמת'דיגע פרצוף, קענסט דאס לייקענען פון היינט ביז מארגן אבער דו ביסט אלזוז. איך קען באשטיין זאלסט מיך רודפן ווייטער אבער ביז זיין א סאקפאפעט. פארשטאנען?--טיבי 15:03, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
ביטע צייג מיר ווי איך האב אים געגעבן גערעכט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:07, 12 אקטאבער 2006 (UTC)

די לעצטע עטליכע טעג איז די אלע טענות און געשרייבעכטצער וואס דו האסט געהאט אויף א צווייטען פאר 3-4 וואכן צוריק כמעט שוין באלד אקטועל אויף דיר.

--טיבי 15:10, 12 אקטאבער 2006 (UTC)

אנטשוליגט פארן זיין אומקלאר, אבער נישט דאס איז געווען מיין כוונה, מיין כוונה איז געווען אז מען לאזט דא נישט לעבן פרידליך, וואס דרך אגב טוסטו יעצט צו מיר אויך.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:12, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
אנטשולדיגט פארן דיך מאכן אומבאקוועם אבער האסטו געקלערט איין מינוט, אז אנדערע ווערן אויך אומבאקוועם, אינקלודינג יורס טרולי, ווען דו געסט גערעכט פאר א רודף?--טיבי 15:22, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
איך זעה נישט ווי איך געב אים גערעכט. ביטע צייג מיר. פונקט פארקערט דאס וואס דו האטס געצייט ווייזט אז איך געב אים נישט גערעכט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:26, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
אז דו שפילסט גוט די לעצטע דריי חדשים, און האלטסט דיך איין פון רעדן איין ווארט בשעת ער רודף'ט יעדן טאג, בשעת דו ביסט דער איינציגסטער סיסאפ וואס איז פעסט אקטיוו אין ווארענען וואנדאלן און עדיטן ארטיקלן, (קאצקער איז סתם אזוי שטיל, און רוני איז נישט קיין היימשיער צו פארשטיין וואס דא גייט פאר) און פלוצלינג רופסט דו דיך אן אז ער פירט זיך אויף נישט באטעמט, אזא פארעווע קריטיק, און דו שטעלסט צו זיינע אויפירונגן אין א נעגעטיווער ליכט, מיט איין ווארט אז ער איז אזויווי יענעם וואס ער האט גערודפט דאס הייסט אז דו זאגסט אז זיינע רדיפות זענען געווען בארעכטיגט. האסטו געגעבן אומגערעכטע וואג צו זיינע רדיפות, דאס הייסט געהעריג א סאקפאפעט. ביטע טוה דאס נישט און מאך נישט קיין איבעריגע בראטל פון די קריטיק מיך נאך דעם צו באשולדיגן אז איך רודף דיר סתם אזוי. מיין אריכות אין דעם ענין איז נאר צוליב דיין נאכאנאנדיגער טריק (מיט) אנדערע נעמען צו שפילן תמוואטע און שעפעלע. אבער דאס איז זייער קלאר אז דו ביסט געווען א סאקפאפעט גענדיגט קעיס קלאוזט. מיין לעצטער ווארט אויב דו רופסט דיך נישט אן. --טיבי 15:35, 12 אקטאבער 2006 (UTC)

ביטע הער אויף צוריקדרייען און רודפן אן קיין אויפקלערנוג.

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו האסט צוריק געדרייט דא נחום ראזענבערגס ארבייט. שמאלץ זאלסט אויפהערן צוריקדרייען ווען דיר געפלעט נישט עפעס. איך האלט דאס אינמיטן פארעכטן, ווייל אסאך פוינטס איז טאקע בייעס אבער ער רעדט פאקטן וואס דו קענסט נישט מעקן סתם אזוי.--יודל 04:47, 29 אקטאבער 2006 (UTC)


ווייטער געמעקט אהן קיין מינימאלע ערקלערונג

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואס מעקסטו? ווען די נעמסט אפילו נישט די צייט צו שרייבן עפעס א נארמאלע הסבר פארוואס זייער זייער נישט שיין די נעמסט אוועק די אפעטיט פון דרויסענדע מענטשן צו שרייבן דו דארפסט פארשטיין סתם אזוי: ווי גרעסער די וויקיפעדיע איז אלץ מער איז שייך צו פארבעסערן שענער מאכן אדער פארסירן אבער אז ס'איז נישט דא מיט וועמן צו גיין צום טיש מאכסטו בושות פאר די גאנצע זאך ס'קוקט אויס ווי אפאר אומאחריתדיגע מענטשען שלאגען זיך אויף יעדן קלייניקייט--נחום ראזענבערג 01:08, 1 נאוועמבער 2006 (UTC)

עס איז יא דא אן ערקלערונג דא, און מער ווי א מינימאלע ערקלערונג.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:13, 1 נאוועמבער 2006 (UTC)

דערווייל זעהט אויס אז וויקיפעדיע ווערט אויך דאמינירט דורך די מעין סטרים מידיו און אויב אזוי קען מען פארמאכן וויקי.

פארוואס זאלען נישט אלע פאקטן ווערן געשריבן? און דאס אז ס'שטייט נישט ביי די ענגלישע איך וואלט אייך געוואלט שיקען אפאר שמאלציגע ארטיקלען וואס איז געווען קעגען סאטמאר אין אלע צייטונגען, אין די וואס שרייבן דארט, זענען נישט באהאווענט מיט די פרטי הדברים (ווי ס'ווערט געזען אין די העברעישע באשרייבונג) וואס מ'האט פרובירט צו פארשטימן אלזא פארשטיי איך נאך נישט וואס דא גייט פאר איך בין שוין אינגאנצען צומישט איך האב דא צוטוהען מיט חדר אינגלעך--נחום ראזענבערג 01:25, 1 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך מיין אז מ'קען זיך שוין פארמעסטן דא מיט טאריק אזיז! איך פארשטיי נישט דאס האט עפעס מיט ביכער אדער מיט ווייטע טעאריעס דאס האבן מיטגעלעבט הונדערטער אידן, למפורסמות און מ'קען שוין דעם אויספיהר. דאס וואס די פערזענליך האסט נישט געהערט דערפון איז וועגען די פאלגענדע: פאר זייער קליינע דוגמאות איך וויל נישט אנהייבן צו שרייבן ווייל איך ווייס נישט ווען איך וועל זיין געצווינגען צו ענדיגען, צו ווען איך וועל שוין נישט פילען מיינע הענט פון אזוי סאך טייפן, אדער ווען אויפ'ן דעסקטאפ וועט ארויפשווימען (מעמארי טא לאי) - איך ברענג נאר אראפ וואס איז מיר יעצט ארויפגעשווימן אינעם מוח - ערשטנס איך האב געזיכט אין די לייברערי אויף 42 סט. אין בארא פארק די טראנסלאוואניע צייטונג דארט שטייט באשריבן וואס סאטמאר האט נאך גאטוהען אינדערהיים, די לייבעריען רעדט זיך אפ געפערליך וואס די סאטמארע האבען דארט אפגעטוהן.

נאך איינ'ס איינער קרויס א רב אין וויליאמסבורג איך וויל נישט שרייבן דעם ערשטן נאמען דערציילט מיר ער האט געוואלט ארויסגעבן א קול קורא קעגן אן ענין וואס קען אפשר אפעקטירן סאטמאר ער האט אנגעריפען זיין מקורב הרב ג. און געבעטן צו דריקן די קול קורא ווי נאר ער לייגט אראפ, און די טעלעפאן קלינגט און פון ווי? פון יונייטעד טאלמידיקעל.... און מיט א סטראשע אויב..... ס'האט איהם געכאפט די קדחת ריפט יענעם אהן, אויס מיט די ענין, אז זיי הערן שוין אינטער טעלעפאן קאל'ס איז שוין נישט דא מיט וועמ'ן צו גין צום טיש. איך האף ס'איז פארשטענדליך וואס איך מיין, פתחתי לך פתח של מחט ואתה תפתח פתח של אולם ואידך זיל גמור --נחום ראזענבערג 01:48, 1 נאוועמבער 2006 (UTC)

ביטע שטים ביי די אדמיניסטראטור וואלן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע שטים ביי די אדמיניסטראטור וואלן דא. ►רוני◄ 23:10, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)

ביטע נעם אין באטראכט אז באנוצער רוני האט מיך מערערע מאל אויסבאלקירט אינמיטן א דעבאטע מיט אים און פארשפארט ארטיקלן. דאס איז קעגנווארט מיטן. וויקיפעדיע:ארויסבלאקירונג פאליסי און וויקיפעדיע:פארשפארן פאליסיס. דאס איז נישט קיין מענטשליכקייט אז ער פארמאכט מיך מיט די טולס וואס בלויז א סיסאפ האט מען האט אים געווארענט איבער 10 מאל דערוועגן. איצט טראכט וואס דו טוסט, ווייל אן אביוזער קען דיך אויך אביוזען איין טאג. יישכ פארן נעמען אין באטראכט מיינע ועורטער.--יודל 23:13, 22 נאוועמבער 2006 (UTC)

ערקלער דיין שטעלונג

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארוואס האסטו צוריקגעדרייט די הויפט בלאט ווען איך פלאג זיך שעהן דערויף?--◘אלזוז◘ 03:14, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

ווייל עס האט אוועקגהרגט די ערשטע זייט--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:18, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

געדענק דו האסט אוועקגעהרגט מיין ארבעט פון שעות אויף שעות, אויב פארשטייסטו אז פארן טובה פון וויקעפעדיע איז בעסער אזוי, דאן ווער בין איך זיך צו קריגן. איך בייג זיך אונטער. דיין פריינט --◘אלזוז◘ 03:25, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

איבער דראמאטאזירן א פרזענליכע זיג גיבט נישט קיין סבה צו פארהרגענען די ערשטע זייט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:26, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
וואס פערזענליך ווען פערזענליך???? פארן צוריקברענגען רוני רופסטו פערזענליך? פארוואס מוזטו מאכן אז די לעצט פארבליבענע שרייבערס זאלן זיך אויך אויפרעגן? איך האב מיך געמיינט דא? איך בעט דיך באליידיג מיך נישט פאר פערזענליכע סיבות. איך האב געארבעט לטובת וויקעפעדיע, אנשטאט מכיר טובה זיין ווער איך נאך א וואנדאל?--◘אלזוז◘ 03:29, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
כ'האב גענענטפערט אויף דיין רעדן בלאט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:33, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
און פארוואס הייסט געהרגט ווען אלעס בלייבט געהעריג, נאר די אלערט איז גרויס ווי א גאנצע טאג נייעס? איך האב נישט קיין רעכט צו קלערן אז דאס הייסט נישט פארהרגט נאר ארויסגעברענגט גוט די אלערט?--◘אלזוז◘ 03:30, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
עס הייסט פארהרגעט ווייל עס האט פאררוקט די גאנצע ערשטע זייט און די טולס זענען פארפארען. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:33, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

וועלכע טולס? איך האב נישט געזען קיין שום טול פארריקט?--◘אלזוז◘ 03:36, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך האב יעצט פראבירט צוריק צו מאכן אויף מיין וועג, גארנישט איז נישט געווען פאררוקט! אפשר זאגסטו מיר וואס דו מיינסט?--◘אלזוז◘ 03:39, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך האב יא געזעהן אויף די רעכטע זייט. יעדנספאל, עס פעלט דערפאר גארנישט יעצט, אפשר דארף מען אפילו קערצער מאכן די גאנצע נייעס.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:41, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
פון "עס פעלט גארנישט" ביז מיר געבן א ווארענונג פון וואנדאל איז פאלג מיר א גאנג. ביטע נעם אראפ די ווארענוג פון מיין בלעטל, און איך לאז עס אזויווי יעצט.--◘אלזוז◘ 03:43, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)


א זייטיגע קשיא: לויט די געזעצן פון וויקעפעדיע, אויב האלט איך אז מיין אויסשטעל איז יא שיין, און דו האלטסט אז עס איז נישט שיין, ווער איז גערעכט?--◘אלזוז◘ 03:50, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

וועגן דיין אויפמערקונג אין דיין שטימונג

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו ביסט נישט געווען דא די לעצטע פאר וואכן און ווארשיינליך ווייסטו נישט גענוי וועגן וואס עס רעדט זיך וועגן וועלכע עדיט-וואר רעדסטו? בכל אופן איך וועל מיך זייער פרייען אויב דו וועסט נעמען קער אויף דער וויקיפעדיע און איך וועל ממשיך זיין ביישטייערן דא אן סיסאפ-רעכטן. איך האפ זייער אז דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך באגיין מיט יודל. איבערהויפט יעצט נאך וואס מען טאר אים נישט בלאקירן. ►רוני◄ 03:47, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך רעד וועגן דא, איך וויל יא אז דו זאלסט צוריקבאקומען סיסאף, אבער דאס וואס דו האסט געטאן איז נישט געווען גערעכט, כאטש כ'פארשטיי אז דו ביסט נאר א מענטש. איך ווייס זייער גוט פון וואס עס רעדט זיך, באַניצער:אלזוז האט היינט געוויזן וואס ער וויל, די נייעס וואס ער האט געלייגט ווייזט אז ער איז נאר אינטערסירט אין איין זאך: און דאס איז פרעזענליכע נקמה.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:51, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
קודם כל אלזוז האט דא נישט צו טאן, ווען איך וואלט געווען א צינד סיסאפ וואלט די נייעס יעצט אביסל שענער אויסגעזען אָן זיין מיט אים אין א קריג. אבער לגבי "קרעמער" בין איך נישט געווען מיט אים אין א עדיט-קריג, איך האב פשוט געמעקט "שטותים" וואס דארף דא נישט שטיין, איך בין נישט געווען מיט אים אין א ויכוח. ►רוני◄ 03:57, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
דאן פארוואס האסטו אים פארשפארט? פון וויפול איך קען זעהן ווייס איך נישט פארוואס דו האסט דאס געמעקט ביז יעצט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:59, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
האלטסטו אז מען קען דא שרייבן איבער ניק-ניימס אין הייד-פארק? ►רוני◄ 04:03, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
קען זיין אז נישט אבער האסט דאס נישט ערקלערט ביז יעצט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 04:06, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
OK אפשר ביסטו גערעכט, איך האב געהאלטן אז דאס איז זעלבסטפארשטענדליך נישט פאסיק פאר אן ענציקלאפעדיע בפרט פאר איינער ווי יודל וואס קען זיך אויס מיט אנדערע וויקיפעדיעס. אבער פונדעסטוועקן האט ער נישט געטארט צוריק דרייען א סיסאפ שריט נאר ביז ער רעדט זיך דורך ביים ארטיקלס רעדן-בלאט (אזוי ווי אין אנדערע וויקיפעדיעס) עס איז נאך נישט געווען קיינמאל וואס איך האב מיט אים נישט זיך דורכגערעדט אויף יעדע פראבלעם. ►רוני◄ 04:14, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

אגב, וואס זאגסטו אויף דעם וואס ער האט געוויילט צוויי מאל מיט אן אנדער נאמען קעגן מיך? (היינט ביי די בלאקירונג קעסטל ווען ער האט פראבירט אריינגיין מיט זין עם-סגולה נאמען איז עם-סגולה געווארן אויטאמאטיש בלאקירט ווייל זיי האבן ביידע איין אייפי) ►רוני◄ 04:19, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

שמאלץ אדער ווערסטו אקטיוו אדער נישט.

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון איין זייט זאגסטו אז דו גייסט קער נעמען פון באנוצער:אלזוז און באנוצער:רוני זיי צו באגרעניצען דעריבער זאל מען דא זיי צוריקגעבן זייער כוח פון פריער. בשעת איף פרעג דיר ווי ביסטו געווען ביז איצט ווי למשל ווען זיי האבן פארשפארט די בלאט שטאלץ פאראדע אינמיטן אן עדיט קריג מיט מיר, און נאך אזאלכע אביוזן ענטפערסטו מיר אז דו האסט גארנישט געוויסט. אז דו האלטסט ביים זיך אונטערנעמען דא צו זיין אקטיוו בין איך מסכים צוריק צו גיין צו פריער. איך ווארען דיך איצט פון היינט מאל אין ווייטער אויב ביעט מיך נישט אטאקירן אויב דו פאלנסט צו ענטפערן נאך דעם אז דו האסט נישט געוויסט. פון איין זייט זאגסטו אז איך בין דער שטער דא, ווען איך פרעג דיך נעם אלייןס קער זאגסטו אז דו ביסט פארנעמען. יו קענט העוו באוט וועיס.--יודל 15:39, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)

ניתן לדבר איתך עברית? רציתי לשאול משהו. קקון 04:18, 27 נאוועמבער 2006 (UTC)

תשאל.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 04:19, 27 נאוועמבער 2006 (UTC)
האם אתה מכיר את אתר "איןציקלופדיה"[1]? מדובר באתר שבו נכתבים ערכים אנציקלופדיים הומוריסטיים ופועל בשפות רבות. רציתי לדעת אם אפשר לשאול במזנון אם מישהו מעוניין לנהל דבר כזה ביידיש. חשבתי אפילו על שם:
צווייקיפדיע - נאך א פרייע ענציקלאפעדיע...

קקון 04:29, 27 נאוועמבער 2006 (UTC)

א דאנק פאר די שמייכל, אבער אויף די מאמענט אינטערסירט דאס מיר נישט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 13:05, 27 נאוועמבער 2006 (UTC)
נו שוין. אפשר בשנה הבאה. קקון 17:57, 27 נאוועמבער 2006 (UTC)
יש את קיינציקלאפעדיע באניצער:רוני

אזוי נעמסטו קער?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארוואס לאזטו רוני אויסמעקן וואוטס [2]?--יודל 21:28, 27 נאוועמבער 2006 (UTC)

ער זאגט אז עםסגולה איז דו. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 04:24, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
יישכ פארן נישט ענטפערן אז דו ווייסט נישט פון גארנישט.--יודל 14:47, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

גילו דעת פאר די עתיד

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זאלסט נישט קענען ענטפערן אז ער האט געזאגט. וויל איך דא דיר קלארשטעלן.

  1. איך בין נישט קיין וואנדאל
  2. איך האב נישט געטשעפעט קיינעם.
  3. איך האב נאר איין באנוצער נאמען.
  4. און אפילו אנדערע זאגן אז איך האב עפעס געטאן גלייב זיי נישט ווייל זיי זאגן.--יודל 14:48, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

ווארענונג: ביעט נישט פארשפארן איי. פי.ס

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו האסט פארשפארט א איי.פי. אדרעס אן דעם וואס איינער זאל דיר בעטן. איך ווייס נאך נישט פונקליך וועמען'ס דאס איז. אבער ביטע שפאר דאס צוריק אויף.--יודל 16:29, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

מען האט יא געבעטן דא און איך עפען דאס נישט צוריק אויף ווייל עס איז אן OPEN PROXY.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:47, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
אז עפעס אן אומבאקאנטענר נייע באנוצער וואס זיין ערשטער הודעה איז צו ארויסשפארן אייפי ווייל עס איז אפען פראקסי קענסטו נאך נישט אויסבלאקירן. מארגן וועט אן אנדער אריינקומען דא מיט א נייעם נאמען און דיך בעטן צו בלאקירן דיין איי פי ווייל עס איז לויט אים א פראקסי וועסטו דאס אויך בלאקירן?--יודל 16:49, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
ביסט גערעכט דערפאר האב איך דאס פרובירט ערשט און עס איז טאקע געווען אן OPEN PROXY אויף PORT 3128 און דאס איז די סבה פארוואס איך האב דאס אויסגעשפארט און נישט ווייל ער האט מיר געזאגט נאר ווייל ער האט מיר געזאגט האב איך דאס אויספרובירט און דאן ערשט פארשפארט, דערנאך האב איך אים באדאנקט פארן זאגן דאס.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:04, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
אויקיי איך האף אז עס אמת. מיין פארדאכט איז געווען ווייל איך האב אים געהייסן טראגן דעם אישו צו סטוארטס און דו האסט אים גלייך דערנאך גענטפערט מיט א יישכ און א חיובי. אנטשולדיגט.--יודל 18:09, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
קענסט דאס אליין פרובירן, אין TOOLS אדער פרעפערענצן (געוואנדן אויב דו ניצט IE אדער MOZILLA) און אונטער PROXY לייג אריין די IP און PORT לייג אריין 3128. דאן גיי צו WWW.MYIPADDRESS.COM וועסטו זעהן די IP ADDRESS פון די PROXY.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:15, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך ווייס נישט וואס מיינט א פראקסי. סא רעדסט צו מיר טערקיש, אזויפיל ווייס איך אז ווען איך פלאג אויס מיין קאמפיוטער און מאדעם געבט מיר ווערייזען א נייער איי פי אדרעס איז דאס אויך א פראקסי וואס זיי האבן?--יודל 18:19, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
א פראקסי מיינט א שליח, ווען דו באקומסט א נייע IP אדרעס איז דאס דיינס פאר די צייט וואס דו האסט דאס. א פראקסי מיינט אז מען נוצט אן אנדער IP אדרעס (די פראקסיס), AOL נוצט פרקאסיס, אבער די AOL פראקסיס זענען נישט OPEN PROXY, א OPEN PROXY איז א פראקסי וואס לאזט יעדעם טאן וואס ער וויל, געווענליך איז דאס געהעקטע קומפיוטערס, דערפאר איז דאס נארמאל צו בלאקן, איך יעצט נישט קיין צייט אבער איך בין זיכער אז די ענגלישע האט א גוטע ארטיקל אויף דעם.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:24, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
ייש"כ איך האף די אינפארמאציע איז נישט קאפי רייט און איך מעג דאס פובליצירן אויף די אידישע וויקיפעדיע?--יודל 18:31, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
דאכט זיך אז יעדעס מאל מען ענדערט עפעס איז דא א נאטיץ אונטען אז עס איז נישט קאפירייט: ביטע מערק אויף אז דיינע אלע טיילונגען אינעם װיקיפּעדיע איז אונטער דעם GNU Free Documentation License דערלויבן (מער פרטים זעה װיקיפּעדיע:זכויות יוצרים). אויב דו וויִלסט נישט זאלן דיינע טיילונגען דערשיינען ווערן און זאלן אנדערע קענען קאפירן דיין אינהאַלט - ביטע שרייב זיי נישט אַהער. איר זאגט צו אז איר האט געשריבן אן אייגענעם אינהאַלט, אדער האט איר באקומען א ערלויבונג צו איר שרייבן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:35, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
אוקיי. האסט מיך בארואיגט, ווייל איך האב מיך געווינדערט פארוואס דו שרייבסט דאס אין רעדן בשעת ווען דאס איז מער נוצליך צו שרייבן אלס אן ארטיקל גופא, שוין א דאנק.--יודל 18:37, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

רוני פארלאנגט פון שמאלץ צו בעטן א טשעקיוזער

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לדעתי דארפסטו מאכן מיט יודל און מיט עם-סגולה א טעסט אויב זיי זיינען איין מענטש. בעט פון עם-סגולה פארשפארן יודל. אויב זיי זיינען איינס וועט מען דאס גערן זעהן. ►רוני◄ 19:32, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

דער וואס איז חושד דערין דארף דאס פארלאנגן. קענסט דאס פארלאנגן פון די סטוארטס און זיי וועלן דיר גערן דאס מאכן. דאס אז דו האלטסט נישט ביים דאס פארלאנגן ווייזט אז דו אליינס גלייבסט אויך נישט דיין ליגענט. כללו של דבר קיינער איז נישט באגלייבט צו שרייען אז דאס איז די זעלבער מענטש אחוץ מען ברענגט באווייזן דארף זיך דאן דער סיסאפ דא זיך קימערן מיט וואס דו שרייסט.--יודל 19:34, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

דו האסט פארשלאסן די דוד פעלדמאן בלאט

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע לייגן א מוסטער דאס איינמעלדן פאר נייע באנוצער--יודל 20:39, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)

שוין איך האב געטאן דיין זשאב.--יודל 20:50, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)
אנטשולדיגט און א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:04, 29 נאוועמבער 2006 (UTC)

וואס האט דיר דער וואנדאל געזאגט?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך דריי נישט צוריק דעם באנוצער עד מתי'ס וואנדאליזם דא, [3]. ווייל איך זעה עפעס ביסטו אים מקבל פנים זייער פריינטליך און דו דרייסט נישט צוריק. פאריגעס מאל ווען דער רוני האט וואנדאליזירט האסטו אים געלאזט צוליב ווייל ער האט דיר עפעס געזאגט [4]. איז ביטע וואס האט דער פרישער וואנדאל מיטן נייעם נאמען געזאגט אז דו לאזט אים דא צו מיט אזא ברייטן שלום עליכם [5]?--יודל 14:36, 30 נאוועמבער 2006 (UTC)

סארקאזים האט זיך זיין פלאץ אבער עס ברענגט נישט אלעמאל קיין פריינטליכקייט, ביטע זיי אביסל מער העפליך, כ'האב נישט באמערקט קיין וואנדאליזם, איך קוק דאס יעצט איבער. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:51, 30 נאוועמבער 2006 (UTC)
האסט א טעות אויב מיינסטו מיין ציל איז דא צו פירן א ראמאנטישער שפיל. דא איז וויקיפעדיע און דו שרייבסט אז מען דארף מיך ארויסבלאקירן פון דא. ווייל איך ווארן צופיל וואנדאלן, איז געב איך דיר די געלעגנהייט זאלסט אליין ווארענען און איך בין שטיל. אז דו האלטסט נישט ביים טאן דיין ארבייט באשולדיג מיך נישט און נישט זיין פריינטליך מיט דיר, ווייל וויקיפעדיע איז ביי מיר חשובער ווי זיין דיין פריינט. א יישכ.--יודל 21:20, 30 נאוועמבער 2006 (UTC)
א דאנק פארן אויפמעקרזאם מאכן, ווען איך נעכטן איבערגעבליקט די לעצטע ענדערונגן האב איך דאס נישט באמערקט. א דאנק נאכאמאל.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:55, 30 נאוועמבער 2006 (UTC)
סקען נישט זיין דו האסט דאס נישט באמערקט ווייל עס איז נעכטן געווען שטיל דא, און דו האסט אים געגעבן א שלום עליכם מוסטער.--יודל 21:20, 30 נאוועמבער 2006 (UTC)
די מציאות איז אבער אז איך האב נישט באמערקט, איך האב נאר איבערגעבליקט די לעצטע ענדערונגן און נישט געקוקט וואס מען האט גענדערט, אבער כ'האב גלייך באמערקט נייע באנוצער האב איך געגעבן די שלום עליכם.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:13, 1 דיסעמבער 2006 (UTC)
ייש"כ פארן זיין אפען און זאגן אז דו קוקסט נישט אין די לעצטע ענדערונגען דא.--יודל 20:16, 1 דיסעמבער 2006 (UTC)

ביטע לייג ארויף די פאנדרעיזינג בלאט אויפן סייטנאטיס

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעה וויקיפעדיע:נדבות לגבי די צוזאמען ארבייט טוט דאס קיינער מער נישט שרייבן דארטן סא עס קען אראפקומען פאר א פאר וואכן. יישכ.--יודל 01:28, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)

כ'וואלט ענדערש אראפגענומען דאס אינגאנצן, פארוואס דוקא ארויפלייגן די נדבות בלאט?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:32, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
ווייל איצט איז די צייט וואס די פאונדאוציע בעט אונזער הילף! דו האסט הנאה פון זייער סערווערס? יא צו ניין? האסט הנאה פון זייער צושטעל אויפהאלטן אונזער וויקיפעדיע? איך האף אז יא. קיינער מאכט נישט קיין געלט פאר זיך אין טאש זיי ארבייטן מיט די געלט אונז צוצושטעלן די וויקיפעדיע. --יודל 01:34, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
כ'פרוביר צו טרעפן די ווערטער צו ניצען אז עס זאל שטיין אבער נישט אויסקוקן צו ביליג עס גייט מיר נישט, קענסט מיר אפשר העלפן?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:52, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
ביישטייערט אייך און העלפט אויפהאלטן וויקיפעדיע!--יודל 01:53, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
ייש"כ, איצט לייג דאס זיי מוחל אויך אויפן פראנט פעיזש ביטע.--יודל 01:57, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
איך זעה נישט פארוואס דאס פעלט אויס, דורך סייטנאטיץ קומט דאס אהן אויך אויף די ערשטע זייט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:59, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
טשעק וועסטו זעהן אז נישט, זאג נאר פארוואס טענסטו דיך אויף יעדן זאך, ביסטו פערצופאל א קאזין מיט דעם רוני. קוק וועסטו זעהן אז דער ערשטער בלאט האט זיך נישט געטוישט און עס האט נאך די אלטע הודעה פון סאדאם כוסעין. ביטע טוישן.--יודל 02:00, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
שוין עס איז שוין דארטן אויך ברוך ה' . א ייש"כ.--יודל 02:06, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
איך האב גארנישט געטוישט דארטן, האסט נאר געדארפט ריפרעשן דיין בראוזער אויב דו האסט דאס נישט געזעהן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:07, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)

פארוואס האסטו געטוישט דיין וואוט?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך באמערק איצט אז דו האסט אראפגענומען דיין צושטימונג אז רוני זאל בלויז צוריק באקומען דא זיין שטערקערע כוח אויב ער נעמט זיך פאר דאס נישט צו נוצען קעגן מיר. פארוואס האסטו דאס אראפגענומען?--יודל 02:09, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)

כ'האב קיינמאל נישט געשריבן אויב ער נעמט זיך פאר נישט צו ניצן קעגן דיר, כ'האב נאר געהאט געשריבן אז ער זאל איינזעהן אז ער האט געטאן א פעלער. כ'האב דאס אראפגענומען ווייל למעשה וויל איך אז ער זאל ווערן א סיסאף סיי ווי אזוי.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:21, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
דו ווילסט ער זאל ווערן א סיסאפ אפילו ער אנערקענט נישט אז ער האט געטאן א פעלער?--יודל 02:25, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
ניין, איך וויל אבער דאך ער זאל זיין א סיסאפ, קען זיין אז דאס מיינט אפילו ער אנעקענט נישט, דער עיקר איז איך וויל דאס נישט אנהענגן איינס אין צווייטן, ווייל דאס אז ער זאל ווערן צוריק סיסאפ איז צו וויכטיג.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:28, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
וואס איז וויכטיג אין א סיסאפ וואס באגייט זיך ווי א דיקטאטור, און שפארט אפ ארטיקלן און באנוצער וואס האלטן אנדערשט ווי אים? אויף דעם איז דאך גוט ער עפענט אן אייגן וועב סייט אויף די וויקיפעדיע מאדעל און לאזט נישט אריין וועמען ענק געפלט נישט? פארוואס מוז עס דוקא זיין ארויפציצווינגען אויף אנדערע ענקער ווילן? --יודל 02:31, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
שוין איך זעה דו ווילסט נישט ענטפערן אויף דעם פשוטן שאלה. מסתם ווילסטו נישט זאגן דעם אמת, אז דו ווילסט איינעמען דא וויקיפעדיע, ווייל דו ווייסט אז איך ווייס דאס דו האסט דאך געוואוט מיך ארויסצוטראסקענען פון דא גענצליך. אבער איך וועל דיך פרעגן פשוט, אויב האלטסטו אז ער מוז דא זיין ווייטער סיסאפ, דאן פארוואס איז גוט אז ער אנערקענט אז ער האט געטאן אן עוולה? סאיז דאך לכוארה נישט קיין עוולה לויט דיר ווייל ער האט דאס געהאלטן אין איין טאן און לויט דיר איז דאס לכוארה א גוטער זאך. דאן פארוואס האסטו אין אנפאנג געמאכט אזא רושם כאילו דו האלטסט אז ער האט געטאן אן עוולה?--יודל 02:51, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)

שוין איצט לאמיר דיר פרעגן וואס האסטו קעגן מיר?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איצט אז דו ווילסט נישט ענטפערן פארוואס מען דארף צוריק ברענגן דא דעם אביוזער, און די אביוזער מיט זיינע אלע נעמען קוקען שוין אויס שטיל, קען איך דיר שוין פרעגן רואיג אן זייער אריינהאקן: וואס האסטו קעגן מיר אז דו האלטסט אז מען דארף מיך ארויסטראסקענען און בלאקירן פון וויקיפעדיע? וואס האב איך דיר שלעכטס געטאן אדער שמאל געמאכט דיינע אגענדעס דא אין וויקיפעדיע. ביטע צייכן אן אויף איין זאך וואס איז דיר נישט געפאלען? אפשר וועל איך מיך צושטעלן צו דיר. נאך אלעמען האב איך דיך געמאכט דא פאר א סיסאפ ווייל איך האב געהאלטן אז דיינע אפענע כוונות איז נישט אונטערברענגן וויקיפעדיע, איז אפשר צייט זאלסט זאגן פונקטליך וואס דיר באדערט איבער מיין באטייליגונג דא אין וויקיפעדיע אז מען מוז מיך ארויסבלאקירן פון דא?--יודל 13:46, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)

ווען איך האב געשטימט דיך אויסצובלאקירן האב איך דאס געטאן ווייל איך האב געהאלטן אז דאס דארף געטאן ווערן דאן. יעצט אויף די מאמענט האלט איך נישט אז דאס דארף געטאן ווערן, אבער אויב וואלסטו ווען געטאן וואס דו טוסט יעצט צו מיר פאר אן אנדערן מוז נישט זיין אז יענער וואלט געהאט אזויפיל געדולט. וואס מיינט אז עס קען זיין אז דאן וואלט איך געטוישט מיין מיינונג, אבער יעצט איז זייער גוט דא און איך וויל אז דו זאלסט בלייבן, איך וויל אבער אויך אז קאצקער מיט רוני זאלן צוריקקומען.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:36, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)
אבער אויב וואלסטו ווען געטאן וואס דו טוסט יעצט צו מיר פאר אן אנדערן מוז נישט זיין אז יענער וואלט געהאט אזויפיל געדולט

רעבי לעבן! וואס פונטקליך טוה איך מיט דיר? אפשר קענסטו אנהייבן רעדן וואס איך שטער דיר דא פאר א שווארץ יאר?--יודל 23:11, 3 דיסעמבער 2006 (UTC)

ביטע לייג צוריק די צוזאמענארבייט קעפל

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טאקע דאס איז נישט געוועזן גאר פאפולאר נאכאנאנד, אבער פארט האט דאס פון צייט צו צייט געהאלפן זאלן פארשידענע מיטגלידערס שרייבן דארט. דאס איז אלס בעסער ווי די יעצטיגע קעפל (וואס האט שוין סיי ווי סיי א לינק ביים מעניו). ►רוני◄ 21:44, 10 דיסעמבער 2006 (UTC)