װיקיפּעדיע:ביישטייערונג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון װיקיפּעדיע:נדבות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שטעלט אייך פאר א וועלט: וואס איז פאר א יעדן פארהאן א גלייכער צוטריט, צו די גאנצע מענטשליכע וויסנשאפט.

דאס איז וואס מיר טוען.

און מיר ברויכן אייער הילף.


וויקימעדיע פונדאוציע איז א נישט-פאר-פראפיט ארגאנאזאציע אן קיין ציל פון מאכן געלט נאר בלויז מיטן אגענדע פון צושטעלן דעת פאר יעדן מענטש אויף דער וועלט, זיי דערגרייכן דעם ציל דורך צושטעלן סערווערס און טעכנישע הילף פאר פרויעקטן וואס געבן זיך אפ מיט (צווישן זיי וויקיפעדיע, וויקיביבליאטעק, וויקיווערטערבוך.) פארשפרייטן און באשאפן פרייער אינהאלט.

וויאזוי וועט אייער נדבה העלפן וויקימעדיע?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וויבאלד מיר נעמען נישט קיין רעקלאמעס, און וויבאלד מיר פלאנען נישט צו בעטן געלט פון די שרייבערס דא פארן שרייבן, אדער פון די ליינער דא פאר זייער ליינען דעם אינהאלט וואס זיי זוכן, זענען מיר אנגעוויזן און אנגעוואנדען אויף אייער נדבה כדי מיר זאלן קענען אנהאלטן די דאזיגע ארבייט.

אונזער פרעצעדענטלאזער וואוקס פון טראפיק און אינהאלט פארלאנגט זיך נאכאנאנדיגע הארדוועיר אפדעיטס כדי צו פארמיידען אוטעזשעס און נישט חלילה אויפן חשבון פון די באנוצער. און די דאזיגע הוצאות ווערן אריינגערעכנט, בענדוויט קאסט, דאומעין נעמען פאר די כסדרדיגע וואוקס פון נאך וועב סייטס, פלאץ פאר סטארעזש און פאר די סערווערס, די הוצאות פון נייע סאפטוועיר אנטוויקולינג אויפגאבעס, טערוועל הוצאות.

די וויקימידיע פונדאוציע נויטיגט זיך אויך אין געלט אינעם פיאנערישען ציל צו אויפקומען מיט נייע וועגן און מעטאדען וויאזוי צו פארשפרייטן און פארבעסערן די אידיאל פון בשותפות'דיגער בוי און שאפונג פון אינפארמאציע, אז יעדער איינער קען האבן און זאל האבן א חלק און דעם זאמעלונג פון דעת ותבונה אויף די וועלט. בנוסף צו דעם וואס דער פאונדאוציע איז עוסק צו פארשפרייטען די דעת צווישן ארימע ציוויליזאציעס וואס האבן נישט די נויטיגקייטן און כלים זיך אליין אויסצולערנען, זיי צו לערנען די וויסענשאפט דורך זיי געבן אינטערנעט צוטריט. פאר מער אינפארמאציע איבער די פעולות פארבינדט זיך צו וויקימעדיע פאנדאוציע.

מעטאדען וויאזוי זיך צו ביישטייערן אייער נדבה[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נדבות זענען טעקס דידאקטעבל אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

פאר א נדבה אויפן אינטערנעט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מען קען געבן א נדבה דורך [1]PayPal און אויך דורך די פארעם פון לינקס. ביטע אויספילן די סומע, אויסוועלן די געלט לויט אייער מדינה, אריינשרייבן א מודעה וואס יעדער איינער זאל קענען ליינען (אפציאנאל), אויסוועלען אויב איר ווילט אייער נאמען זאל ערשיינען פאר אלעמען צו זעהן. און דרוקן "באשטייערט זיך איצט!". און "Secure Checkout".

נדבות דורכן פאסט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז אין אייער מעגליכקייט צו שיקן נדבות צום הויפט אפיס פון וויקימעדיע. אין פאל אויב איר שיקט געלט פון אינדערויסן פון אמעריקע, ביטע נעמט אין באטראכט אז איינצוטוישען די געלט צום דאלער, אדער אייער טשעק צו געלט קען אפקאסטען ביז 50$. דעריבער, ביטע נישט שיקן קיין געלט דורך די פאסט אדער פרעמדע דערויסענדיגע טשעקס פון אויסער אמעריקע. ווייל די פרייז דאס איינטוישן איז גאר גרויס. א ייש"כ

די אדרעס צו שיקן אייער נדבה:

.Wikimedia Foundation Inc 200 2nd Ave S, #358 St. Petersburg, FL 33701

נאך א וועג וויאזוי צו ביישטייערן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מען קען איינקויפן וויקימעדיע פרודוקטען אין Café Press. אויף יעדע סיעל, באקומט וויקימעדיע 5$.

זעהט אויך:[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]