לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:ריכטיג

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


וואס דארף דאס צוזיין?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו האסט דא געטוישט, וואס פרובירסטו צו טאן?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:35, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

איך פראביר ארויפצולאדין א בילדריכטיג 22:48, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

זייער א שיינע ארבייט פאר די ערשטע מאל, ביטע זיך אונטערשרייבן ווען שרייבן אין רעדן בלאט דורך לייגן פיר סימבאלס ווי דאס ~~~~. א דאנק. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:44, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

נישט קיין פראבלעם , פאר קומענדיגע מאלריכטיג 22:48, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

האסט פארגעסן שרייבן דער מקור פון דאס בילד?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך רעדן וועגן די בילד. נעקסטע מאל געדענק צו שרייבן דער מקור ביים ארויפלאדירן די בילד. אנדערש איז דאס נישט ערלויבט צו זיין פון וועגן נישט צוברעכן יענעמס רעכטונגען. א דאנק דיר. ►רוני◄ 04:56, 20 סעפטעמבער 2006 (UTC)

די רעכטן פון התאחדות לאגא

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווער האט דיר געגעבן רשות צו פאבליצירן זייערס א בילד?--אלזוז 22:58, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)

וואס זענען די אומרעכטן צו פאבליצירן א לאגא פון א קאמפעני לדעתי איז נישט דא קיין שום צוריק האלט ווען עס קומט צו א באשרייבונג עס איז פונקט ווי די זאלסט זאגן מען טאר דערפון נישט רעדן, ולפנים משורת הדין וועל איך דאס אראפ נעמען ריכטיג

שלום עליכם האב איך דיר נאכנישט געגעבן, דאס איז די אמת. קודם שלום עליכם, און מאך זיך היימיש, שרייב און פאררעכט, מעק און דריי צוריק, אלעס וויאזוי דו זעסט איין אז עס דארף צו זיין. יעצט סיי עפ"י תורה און סיי עפ"י דינא דמלכותא, מעג יעדע מענטש רעדן פון וואס מען וויל. אנדערש איז אבער צו פאבליצירן יענעמס ווערק, וואס יענער האט זיך געפלאגט דערויף, עס מוז האבן יענעמס הסכמה. דעריבער טאר מען נישט פאבליצירן אן ארטיקל וואס אן אנדערער האט זיך געפלאגט, אדער א בילד וואס איינער האט געכאפט. בלויז מיט זיין רשות. די וויקעפעדיע בילדער האבן די פאטאגראפירערס אליינס געכאפט (עכ"פ אזוי פארקויפן זיי). יעצט התאחדות האט זיך געפלאגט אויף די בילד, און זיי ווארענען אן אז מען טאר זיך בשו"א נישט באנוצען דערמיט בלויז ווען זיי געבן עס. דעריבער איז עס א עוולה צו פאבליצירן זייערס א לאגא אן זייער רשות--אלזוז 23:10, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)
אגב, צוויי זאכן וואס איך זעה אז דו קענסט זיך נאכנישט אויס. איינס אז זיך אונטערצושרייבן נאך א הערה, דרוק פשוט די 10טע קנעפל פון די רעכטע זייט אויב, (בעת דיין טעקסט צייכענער איז צום סוף פון די תגובה) צווייטנס, ווען דו שרייבסט צו אין א רעדן בלאט איז אייביג גוט אריינצוגיין צו רעכטס מער ווי די פריערדיגע הערה, דאס טוט מען דורך אפאר מאל צולייגן ::: --אלזוז 23:13, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז אלזוז איז גערעכט. טאקע נארמאל איז נישטא קיין איסור צו מפרסם זיין יענעמס לאגא, ווייל ווארשיינליך וויל יעדע געשעפט מפורסם ווערן. אבער וויבאלד דא ווילן נישט די שאפערס מען זאל מפרסם זיין זייער לאגא, האט דאס א דין ווי יעדע אנדערע בילד וואס דער שאפער וויל האבן אייניקייט דערצו. און מיטן זעלבן אטעם וויל אויך אויפמערקן וועגן דיינע אלע אנדערע בילדער וואס דו האסט דא ארויפלאדירט (און ווי איך האב דיר שוין אמאל אויפגעמערקט וועגן דעם) האסטו נישט געשריבן זייער מקור. נארמאל גיט מען דא א וואך זאלסט קענען שרייבן זייער מקור, גלייך נאך דעם וועלן מיר מיט צער רב וביגון רבא דאס דארפן מעקן. און איך האב פארגעסן צו דיר דאנקען אויף דיין מיטטיילונג אין וויקיפעדיע, מיר וועלן זיך פרייען דיר זעהן דא האפט שרייבן ארטיקלען. מיט פארגעניגן. ►רוני◄ 02:48, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)
די סימבאל איז ציוויסן וועלכער איז זייער השגחה פונקט ווי ביי די עדה החרדית דאס איז נישט שייך רעכטן און מען דארף נישט אנצייכענען פון ווי דאס קומט.--71.247.129.106 02:58, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)
אויב אזוי ביסטו גערעכט, איך האב געמיינט אז דאס איז א אזוי ווי חתימה. און וואס לגבי די אנדערע בילדער? ווי למשל פון באבובער? ►רוני◄ 03:07, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)