באַניצער רעדן:פוילישער/מיי ארכיוו 2008

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

ביטע פארעכטן די סייד באר אונטער נאוויגאציע מעניו[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוני און זיינע אנדערע ניקס האבן געוויילט נישט צו ערלאזן דא אויפבויען דעם וויקיפעדיע דורך ארויסברענגן די אקטועלע ארטיקלן - ממילא איז גלייך אויב איר קענט זיך אנשטרענגן אין עדיטען דעם מידיע מעסעדז פון די נאוויגאציע וואס פירט פון אלע בלעטער און צו אומ-עקסזיסטירענדער בלאט פון אקטועלע געשענישן. אויב דו בארבייטסט שוין דעם סיסטעם מעסעדזש ביטע מאך שוין עפעס א גוטער אידישער ווארט אויף דאונעיט מיר קענען נישט צולאזן אז אידיש זאל זיין אזוי ארים און נישט האבן קיין פאסיגער ווארט צו בעטן איינעם נדבות. א דאנק פון פארויס פאר דיין שווערע איבערמידלעכע ארבייט טראץ דעם וואס דו ביסט שוין עלה לגדולה.--יודל 15:34, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

דאס איז לכאורה געווען צוליב א נייעם זייט-באר פון מעדיעוויקי. אצינד פארראכטן. --פוילישער 12:21, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע עפענען ארטיקלן וואס רוני האט סעמי-פארשפארטס[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז דא צוויי מינע פארשפארונגן איינס פאר באנוצער אן קיין ניקס אדער נייע ביז פיר טעג. און דערנאך איז דא גענצליכע פארשפארטע אפילו פון באנוצער וואס זענען דא דאס מערסטע אקטיוו. - די דאזיגע וואס רוני האט פארשפארט פון מיר און פון אלע אנדערע באנוצער בעט איך דיר נישט צו עפענען ווייל דיין שטיל-שווייגעניש בשעת ער האט דאס געטאן זאגט דאך אז דו שטימסט דאך מיט מיט זיין וואנדאליזם דא. אבער די דאזיגע פארשפארטע פאר די נייע באנוצער מוז זאפארט געפענט ווערן. למשל זעה היינט איז דעם ברך משה'ס יארצייט און זיינע חסדים קענען ווען צולייגן שיינע אינטערסאנטע פאקן פון זיין לעבן און וויבאלד מיר זענען דא געווען אויסגעשטעלט צו רוני'ס ווילדע אקטן איז דאס פארשפארט. ביטע עפענען די און אלע אנדערע פארשפארטע א דאנק.--יודל 16:49, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

איך דארף מעיין זיין. אנטשולדיגט וואס איך האב נאך נישט ערליידיגט. צווישן צייט קען מען שרייבן אויפן רעדן בלאט. --פוילישער 12:25, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

שלום עליכם כבוד הסיסאפ[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נעכטן האט הער איינשטיין פארגעשלאגן א פארשלאג צו שרייבן טעכנאלאגישע טערמינען אף ענגליש מיט ענגלישע בוכשטאבן, כאטש וואס איך פערזענליך האלט אז מען דארף זיך צובינדן צו די יידישע אקאדעמיע אדער פראפעסארן, אבער פון צווייטן זייט נאך צוויי מיט א האלב יאר מיט אזוי פיל קריגעריי קען זיין אז דאס וועט זיין א שטיקל פשרה לאמיר הערן דיין פארשלאג און מיינונג. [1] ►רוני◄ 11:58, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

ײש"כ פֿאַרן איבערטײַטשן די װיקימעלדונגען און פֿאַר דער װיקיפּעדיע:אריינפיר פּראָיעקט. ►רוני◄ 19:28, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
ס'איז נאך נישט פארטיק (הלוואי וואלט געווען א צווייטער וואס קען צוהעלפן) אבער איך האף אז דאס איז שוין ניצלעך. איך האב באמערקט פון די סטאטיסטיק אז אונזער וויקיפעדיע האט גאר אסאך באזוכערס וועגן דעם איז גוט מ'זאל האבן פאסיקע הילף בלעטער. --פוילישער 19:38, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
וואו קען מען זען די סטאטיסטיקס וועגן די באזוכער?--איינשטיין 21:37, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
דא עפעס מיר האבן צופיל רידיירעקטס :) ►רוני◄ 21:43, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
קוקט דא. די יידישע וויקיפעדיע אויף ראנג 85 מיט 32,679 באטרעפן א טאג. --פוילישער 22:17, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

האסטו געזען דיין אימעילס?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כ'האב דיר געאימעילד עפעס. א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:02, 20 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע בלאקיר דעם באנוצער דא א דאנק--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:38, 20 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

Spacebirdy האט עס שוין ערליידיגט. --פוילישער 13:52, 21 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
ביטע מעק אפ [2] דעם בלאט ווי שנעלער, און בלאקיר דעם באנוצער--טעכניקער 14:12, 21 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]