לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:פוילישער/אקטאבער ארכיוו 2017

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

זיי אזוי גוט, אז דו לייגסט צו שוין קאטעגאריעס לייג ארויף אויכעט שטאט בילדער און מוסטערן ווייל איך האב נישט קיין אהנונג וויאזוי לייגט מען ארויף, איך האב פראבירט איינמאל ארויפלייגן א בילד נאך ליינען די אנווייזונגען און דאך ס'איז מיר נישט געלונגען. Davidik500 (רעדן) 16:06, 2 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

בל״נ נאך יו״ט. --פוילישער 18:00, 2 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

ישר כח. זיי מיר מוחל אז איך האב נישט אונטערגעשריבן יעצט, פשוט זעהט עס אויס אז ס׳איז דא געוויסע דורפאלן מיט די איינשטעלונגען אויף מיין טאבלעט (עכ"פ דאכט זיך מיר אזוי) און די מעגליכקייט אונטערצושרייבן אויטאמאטיש ערשיינט נישט שטענדיג. Davidik500

Trifolium alpinium

Hi פוילישער

For your huge efforts on Yiddish Wikipedia I want to present you the flower of the month.

Best regards, --Holder (רעדן) 06:00, 5 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

Hello dear user, saw your wonderful contribution in Yiddish Wikipedia. I would like to ask you translate the small article into Yiddish, and add it to the Wikipedia. Thank you in advance for your support/contribution and best wishes!

Hi, Please can you translate this page Barrio Judio de Inca to Yiddish?, please!!

thanks!!!!!

--Nonnobis2013 (רעדן) 16:04, 14 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

לופטפעלד/פליפעלד מוסטער

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א גוטן אוונט צדיק! אפשר קענסטו שאפן א לופטפעלד מוסטער אויף אידיש? איך האב געזען אז דער מוסטער איז פאראן כמעט אויף אלע שפראכן אויסער אידיש. א ישר כח פון פארויס און א געזונטן ווינטער. Davidik500 (רעדן) 19:57, 15 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

אינמיטן באארבעטן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע ענדער נישט זאכן אדער ארטיקלען וואו ס'איז שטייט א מוסטער "אינמיטן באארבעטן" אזוי ווי דו האסט געטון מיט "וויען שוועכאט לופטפעלד" אונטערן נאמען "רעדאקטאר", ווייל ס'איז קעגן די פארשריפטן. איך לייג אריין גאר א שווערע ארבעט און פאר פארעפענטליכן סיי וועלכער ארטיקל קוק איך עס איבער. דו ברויכסט נישט גלייך שפרינגן און ענדערן טאמער דו זעסט עפעס נישט ריכטיג פאר דעם בין איך דא. ס'איז דא טויזענטער ארטיקלען וואס אנדערע באניצערס דא האבן געשריבן און דארט ברויך מען א סאך פארעכטן. דארפסט נישט זיך אנקלעבן צו מיינע ארטיקלען וואס זענען געשריבן גאר שיין אויף א שיינעם שפראך. Davidik500 (רעדן) 15:35, 23 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

דערצו מעקסטו אויס ווערטער וואס דו קענסט נישט אזוי ווי "עפענונג" למשל, וואס קען זיין באנוצט אזוי ווי opening אויכעט, און אז דו ווילסט קענסט געבן א קוק אין ווערטערבוך. איך זעה אז דיין בליק אויף אידיש איז אזוי ווי אויף אן אקאדעמישער שפראך און נישט אזוי ווי א לעבעדיגע שפראך וואס ווערט געניצט טאג טעגליך ביי צענדליגע טויזנטער אידן ארום דער וועלט. איך האב באמערקט אז איך בין נישט דער ערשטער וואס מאכט דיר א בעמערקונג וועגן דיינע אויפפירונג וואס איז איינזייטיג. דו עקשנ'סט זיך אייביג אז דו ביסט דער איינציגסטער וואס איז גערעכט טראצדעם וואס ענדערעש ווי דיר זענען מיר אויפגעוואקסן מיט אידיש און אונזער אויסלייג איז ריכטיג און אויסגעהאלטן. דארפסט זיך אויסלערנען צו רעספעקטירן יענעם'ס אויסלייג אפילו ס'איז געפעלט דיך נישט און איבערהויפט אלס א סיסאפ דו מוזסט זיך פארטראגן מיט אנדערע אויכעט. טאמער ס'איז געפעלט דיך נישט וויאזוי איך אדער אנדערע באניצערס (היימישע) שרייבן דא (איך האב געזען דא א שמועס צווישן צוויי חסידישע באניצערס וואס קלאגן זיך אן און טענ'ן די זעלבע) דו מוזסט נישט קוקן אויף אונזערע בלעטער, קיינער צווינגט דיר נישט. טאמער עפעס געפעלט דיך נישט ס'איז דא א שמועס בלאט, לערן זיך אויס דאס צו ניצן מער אפן. Davidik500 (רעדן) 17:54, 23 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]
ערשטנס, נישט איך האב אויסגעמעקט נאר דו. ס׳איז געווען געשריבן ״עפענען״ וואס איז דאס געהעריגע ווארט. ווער האט דיך געבעטן ענדערן? צוויטנס׳ס opening איז טייטש א לאך. לערן מיך נישט אויס יידיש. דו אליין ביסט דער גרעסטער עקשן. מיט וואס איז דיין יידיש בעסער פון מיין יידיש? אפשר לערנסט דו אויס רעספעקטירן יענעמ׳ס אויסלייג און נישט שטענדיג האבן טענה׳ס אויף אנדערע. --פוילישער 21:14, 23 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]


דו מעקסט אויס זאכן כסדר, פארקויף מיר נישט קיין לאקשן, איך זעה וויאזוי דו פאלגסט נאך מיינע בלעטער און דו זוכסט שטענדיג וואו מען קען ענדערן און וואו קען מען פארעכטן, טראצדעם וואס רוב מאל פעלט דאס נישט אויס. וויאזוי וועסטו שפירן טאמער וועל איך איבערשרייבן דיינע ארטיקלען מיט אן אויסלייג וואס געפעלט מיר מער? סתם צום ביישפיל געפעלט מיר נישט ווען מען שרייבט "באשעפטיקונג" אדער "ריכטיק" אנשטאט באשעפטיגונג אדער ריכטיג, אבער איך געב אכטונג אויף יענעם'ס כבוד און איך טוה אנערקענען די שווערע ארבעט און השתדלות וואס יענער לייגט אריין. עפענונג ווערט געטייטשט נישט נאר ווי א לאך אדער ווי א עפענונג ביי א שוועל פון אן אריינגאנג, נאר איז אויכעט געטייטשט ווי א עפענונג פארקום (Event). אומבאלאנגט עקשנות דו ביסט אהן קיין שום צווייפל א גערעסער עקשן און אויכעט א בעל גאווה ווייל נישט נאר איך האב טענות אויף דיר, נאר אנדערע ביישטייערערס אויכעט אזוי ווי נייגעריגער, Alefbeis און נאך וואס זענען אנטוישט פון דיין אויפפירונג. דו פראבירסט צו פירן דא דיקטאטורשאפט, דו פייפסט אן יעדן איינעם און דו רעכנסט דיך נישט מיט יענענם'ס דעה, און ביסט קיינמאל נישט גרייט צו הערן קריטיק. ענדערעש ווי דיר זיך איך נאר וויאזוי צו ביישטייערן און פארבעסרן און נישט קאלע מאכן. יענע באניצערס טענ'ען אויכעט אז דו האסט אוועקגעטריבן פון דא גוטע שרייבערס, און אייגענטליך איך בין נישט איבערראשט דערפון, ווייל מיט וואס דו טוהסט דו נעמסט ארויס דעם חשק פאר אנדערע צו שרייבן דא. אז דו וועסט האבן רעספעקט פאר מיר און פאר אנדערע באניצערס דא וועסטו אויכעט האבן רעספעקט. און אויף מיינע אייגענע בלעטער אויף וועלכע כ'האב שווער געארבעט טאמער דו ווילסט עפעס ענדערן/פארעכטן, זיי אזוי גוט נוץ דעם שמועס בלאט פאר דעם, און איך זאג דיר צו אז אויב איך וועל זעהן אז מען דארף עפעס טוישן/פארעכטן וועל איך עס אליין טוהן נאר שרייב דאס אויפן שמועס בלאט.

Davidik500 (רעדן), 24 אקטאבער 2017, 1:09 (UTC)