באַניצער רעדן:יעקב~yiwiki
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
זעה די וואלן
מיר האבן באשטימט נישט צו אנפינטלען נעמען פון קאטעגאריעס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כאטש וואס איז שענער און מער קלאר ווען עס איז אנגעפינטלט, אבער ליידער רוב מענטשן ווייסן נישט ווי צו שרייבן נקודות, און זיי וועלן זיך נישט קענען באטייליגן מיט אונדזער ארבייט מיטן פארברייטערן דעם וויקיפעדיע. א דאנק דיר! ►רוני◄ 08:19, 3 מאַרץ 2006 (UTC)
מעק נישט דיין רעדן בלאט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווייל מ'זעט סיי ווי סיי וויפל מאל דו ווערסט געווארענט דורך דרוקן די געשיכטע בלאט.
עס נישט וויכטיג צו לאזן, א לשון שאינו הגון, וואס דו אליין שרייבט ממש אין די זעלבע שורה, אז עס פאסט נישט
דיינע טענות זענען גוט.
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אבער דו דארפסט דיך אויסלערנען זיי צו שרייבן אין א רעדן בלאט און נישט אין דעם גוף הארטיקל. איך האב דערווייל בטל געמאכט דיינע טוישן אויף ארץ ישראל כאטשיג איך האלט ביסט גערעכט אבער וויבאלד דו שרייבסט דיינע טענות נישט ווי עס קומט, האב איך עס מבטל געווען. ביטע פיר דיך אויף מענטשליך. --יודל 11:30, 8 מאַרץ 2006 (UTC)
אויב ווילסטו מאכן א פאול וועגן נידעריגע מאראל גאו אהעד.
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דא איז דעמאקראטיע, קענסט קריטיקירן אבער אויף איר פלאץ, אין עני רעדן בלאט פון א בנוצער אדער ארטיקל, אדער אין געמיינדע אדער מאך א פאול דערוועגן אין וואלן בלאט.
דיין אומציוויליזירטקייט דא אין וויקיפעדיע, סיי מיטן מעקן רעדן בלעטער פון אלע באנוצער, און סיי מיטן זיך לאזן וואולגיין שרייבענדיג קריטיק אן קיין חתימה, סתם באשמוצן יעדן איינעם וואס האלטן אנדערשט פון דיר, מוז זיך ענדיגן איין טאג וועט מען דיך בלאקירן פאר שטענדיק וואטש אוט.--משה 15:05, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
- עד כאן אומרים בשבת הגדול, איך ווייס שוין ווער דו ביזט, (נישט איך ווייס דיין נאמען, נאר דיין מהות ווייס איך שוין) --יעקב 15:11, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
- פיר דיך אויף מענטשליך וועסטו נישט דארפן וויסן ווער איך בין...--משה 15:12, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
דו האסט וואנדאלאזירט דעם ערך,
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קוק דא, ביטער ענטפערן פארוואס דו האסט דאס געטאן.?
געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע. |
- ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
- אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
- אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
ענטפער פון יעקב: ער רעגט זיך פארוואס איך האב געשריבן אז ר' שם טוב, איז א איידעם ביי הה"ק ר' יוסף יצחק, איך האב אים געזען מיט זיינע קינדער אין סקווירא, מ'האט געזאגט אז ער איז א גרויסער ת"ח, - אויך שמעתי מהרה"ג ר' שלמה שווייצער וואס קען אים פערזענליך, האט מיר דערציילט אז ער איז אדם גדול,
זעהט אויס אז דער ווארענער איז א ליבאוויטשער פאלאטיקאנט, ווייל לפי השמועה איז פארגעקומען גרויסע פאליטיקס, וואס איינער וואס איז נישט אין ליבאוויטש, איז זיכער נישט באהאווענט פון וואס עס רעדט זיך, און פאליטיק איז בכלל נישט קיין חיוב צו וויסן, און עס בכלל נישט אינטערסאנט, קוק אין אלע מיינע געשרייעכץ, אז פאליטיק שרייבן איז רחוק רחוק ממני, לפי דעתי השפלה, איז א גרויסער כבוד דער הרב שם טוב, אז דו שעמסט זיך מיט אים, בכל הכבוד, וביותרת הכבוד, מעק אים אויס (געשריבן דורך: באנוצער:יעקב)
תיקון טעות: לאחר הבירור, וועל איך שרייבן קלארער פון איך קען דעם איד(איך בין געווען בערך 3 יאהר צוריק אויף א שמחת תנאים פון עפעס א קרוב אין סקווירא ביים סקווערער רבי, דארט איז פונקט געשטאנען א אדם חשוב מיט 3 זוהן, מיר האבן געפרעגט דעם גבאי פון סקווירא, ווער דאס איז, האט געזאגט, אז ער איז א אייניקל פון מהריי"ץ מליבאוויטש, [נישט דער איידעם, נאר בנו של האיידעם] לכאורה האט ער אים אנגערופן ר' שם טוב, מעגליך בטעות --יעקב 01:29, 5 אקטאבער 2006 (UTC)
- סא דו ציעסט נישט צוריק פון דעם וואנדאליזם?--זרח 21:49, 20 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- דער באנוצער זאגט אז ער מיינט אז ליובאוויטשער רבי ר' יוסף יצחק שניאורסאהן האט געהאט אן איידעם שם טוב. עס קען זיין אבער ווער עס ליינט אביסל באנוצער יעקב'ס היסטאריע זעהט אז ער שרייבט פיל איבער חסידישע הויפן איז שווער צו זאגן אז ער מיינט אזא זאך, עס קוקט ענדערשט אויס אז ער וויל חוזק מאכן. איבערהויפט אז ער איז שוין גאוורן בלאקירט פארן מעקן ארטיקלן איבער אדמורים. מנהלים ביטע אין קענטעניס נעמען איבערצוקוקן אלע זיינע ווערק דא. אידישען וויקיפעדיע--קאווע טרונקער 15:32, 28 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- סא דו ציעסט נישט צוריק פון דעם וואנדאליזם?--זרח 21:49, 20 סעפטעמבער 2006 (UTC)
מיין שרייבן אין וויקיפעדיע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיין שרייבן אין ווידקעפיע, א חלק אדער רוב, אדער די גאנצע
הרבי ר' אלימלך
בעל התניא (אין בילד)
ר"מ מרימנוב
מהר"ם בנעט, ובנו ר"י בנעט, וחתנו רי"א זעעלפריינד
הר"א מבעלזא (התורה האחורנה שאמר)
ביטע נאכשטעקן אלע זיינע באטיילונגען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דאס איז נאר א טייל פון זיינע בארבייטונגען דא. ביטע נאכטשעקן אלע זיינע ווערק ווייל ער האט שוין וואנדאלאזירט דא מיטן אריינשטעקן פאלטש אינפארמאציע חוזק צו מאכן. זעהט די געשיכטע פון יוסף יצחק שניאורסאהן [1] פאר איין דוגמה.--זרח 00:24, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
מען טאר נישט מעקן ווארענונגן פון די רעדן בלאט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קוק וואס דו האסט דא געטאן אן מסביר זיין אראפגעפליקט א ווארענונג פון וואנדאליזם. ביטע קלער אויף פארוואס דו טוסט דאס. קוק וואנדאליזם וועסטו זעהן אז דו ביסט א וואנדאל אויב דו טוסט דאס. --קאווע טרונקער 02:30, 29 סעפטעמבער 2006 (UTC)
ישיחו בי יושבי שער ונגינות שותי שכר
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]למען דעת - קאווע טרונקער ער איז סאכדעס - מיר האבן א כלל! צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין
1) פאר א פראגע צום זאך, (שואל כענין), קומט זיך א ענטפער צום זאך (משיב כהלכה)
2) א פרעגער נישט צום זאך, קומט זיך בכלל נישט קיין ענטפער אזוי שטייט אין (משלי כו) אל תען כסיל כולתו פן תשוה לו
3) אין ווידקעפיע ווערט דערציילט היסטאריע, - איך ווער דא געוואויר, אז מכח שנאה וויל דער פלוני פארלייקענען אז עס עקזעסטירט נישט יענער איד וואס ער וויל אויף אים מאכן סתימת הגולל מחיים.
4) איך האב מסכים געווען מיט אים און פארמעקט די גאנצע שמועס, אזוי וועט קיינער מער נישט וויסן אז עס איז פארהאנען א מענטש שם טוב א איידעם, איז דער שוטה געגאנגען און צוריק געלייגט, און פארלאנגט הסבר - מ'דארף צו דעם א פסיכאלאג, ער וויל און פאדערט, אז איך זאל אויך פארגעסן אז עס איז דא א איד ר' שם טוב, א איידעם ביים מהריי"ץ, ער וויל איך זאל פארגעסן אז איך האב אים אליין געזען מיט זיינע קינדער, - ער פאדערט פון די מנהלים, זאלען מאכן א דעליקארציע, אז לא ישמע ולא יפקד, און יעדער זאל פארשטיין, אז שם טוב איז נישט א איידעם]], נאר וואס דען יא???, מ'דארף צו דעם א געהעריגן דאקטאר פסיכאלאג, אויב ער גייט נאך אלץ שרייען, - בין איך מסכים צו באשרייבן די גאנצע קארד קעיס, וועגן די ירושה פון די אוצר הספרים ביבליאטיק, - איך ווייס אלץ, - איך האב נאר נישט געוויסט, אז ער וויל פארלייקנען דעם מענטש, - איך יכול החי להכחיש את החי
5) איך בין נאך אלץ מסכים ער זאל אויסמעקן די גאנצע שמועס, - ווייל עס איז פאר אים בכלל נישט קיין כבוד, - אויב ער וויל יא עס זאל שטיין די שמועס, בין איך אויך מסכים, לקיים מה שנאמר - לעשות כרצון איש ואיש --יעקב 13:26, 29 סעפטעמבער 2006 (UTC)
הסבר איז שטערקער ווי די מציאות
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]1) איך האב באגעגנט א חסיד, וואס האט גע'טענה'ט אז זיין רבי (שנפטר) לעבט!!, ווייל בחייו האט ער דאך באוויזן מופתים, און געהאט רוח הקודש, ממילא ווי קען מעגליך זיין אז איז נפטר??, אלא מאי? ער לעבט!!!
2) דער שרייבער קאווע טרונקער אשר הוא הוא סאכדעס, טענה'ט אז שם טוב איז נישט קיין איידעם, ווייל אויב ער האט געקענט לאזן זיין זון (אדער ער אליין) פירן א דין תורה|קארד קעיס וועגן די ספרים ירושה, ממילא איז ער נישט קיין איידעם!!!, הוא אשר דברתי הסבר איז שטערקער ווי די מציאות!!!!!
נאך אמאל! איך בין מסכים אויסצומעקן די גאנצע שמועס!, עס איז בכלל נישט וויכטיג פאר קיינעם, איך לאז עס דערווייל, ווייל קאווע טרונקער אשר הוא הוא סאכדעס, שרייט געוואלד, אבער לטובתו דארף דאס ווערן אויסגעמעקט!,
ער קען נישט צווינגען די וועלט זאל טראכטן אזוי ווי ער טראכט, - אויב האט ער א הוה אמינא אז ער וועט דאס דערגרייכן, האט ער א גרויסן טעות!!
עס איז נישט אזאנס געווען! עס איז נישט פארהאנען! און וועט נישט זיין!! אז א דמיון כוזב, זאל מען קענען איינרעדען די גאנצע וועלט.
שפת אמת תיכון לעד, ושקר אין לו רגלים
- דו האסט א טעות וואס דו האלטסט אין איין איבערחזרן אז דער ר' יוסף יצחק שניאורסאהן האט געהאט אן איידעם שם טוב. די חוזק שפיל העלפט נאר צו איינרעדן רוני ווייל ער איז א פרייער איד וואס האט נישט קיין השגה אין חסידים. מען זאגט דיר איינמאל אז זאלסט דאס נישט פרובירן צו פארקויפן דארפסטו דאס נישט איבערחזרען הונדערט מאל אז יעדעס מאל זאל אן אנדער דארפן ענטפערן. רוב באנוצער דא האבן נישט אזויפיל צייט ווי דיר. ר' יוסף יצחק האט נישט אזא איידעם געהאט פעריאד. אויב ווילסטו זאגן אז דו האסט געמאכט א טעות און געמיינט זאג דאס אין פארטיק.--שומר חינם 14:33, 29 סעפטעמבער 2006 (UTC)
לכבוד קאווע טרונקער אשר הוא הוא סאכדעס אשר הוא הוא שומר חינם
די גאנצע וועלט ווייסט בערך אין תש"ל יארן האט זיך איבערגעקערט וועגן די ירושה ספרים בילביאטעק, וואס בנו של שם טוב, דהיינו א אייניקל פון מהריי"ץ, האט עס געוואלט בדרך ירושה, און ליבאוויטש איז נישט געגאנגען בדרך דין תורה, בטענה! אז יעדע בית דין שלא מחב"ד, וועט זיך אננעמען פאר שם טוב, דאס הייסט משוחד, וועגן דעם איז מען געגאנגעםן בדרך געריכט, קארד, - און ווען חב"ד האט געוווינען, איז באשפן געווארען די ניגון, "דידן נצח!!!!" - די קארד איז געווען דורך די העכסטע סופרים קארד, - אין די יעצטיגע קארד צווישען 2 חלקים אין סאטמאר, איז פאארשפרייט געווארען דע קארד פעפער פון 40 בלאט, (טויזענטער אידן האבען דאס פאראיאהר געזען), דארט שטייט קלאר.
די קארד, פסקנט, לויט דעם כלל וואס איז געווארען אפגמאכט ביי די סקלאיער קארד קעיס, אז ווער עס האט די רעביסטעווע, פאר אים באלאנגט אלעס, ווייל אזוי האט די העכסטע סופרים קארד אפגעמאכט ביי די קארד קעיס פון ליבאוויטש קעגן שם טוב, אז ווער עס האט די רעביסטעווע, ער איז גערעכט.
יעצט צדיקים'ליך, לייקנט וויפיל איר ווילט, עס וועט אייך ווייניג וואס העלפן --יעקב 15:32, 29 סעפטעמבער 2006 (UTC)
גערעכט, ער הייסט ר' שם טוב גורארי', כ'האב פשוט נישט געדענקט זיין משפחה נאמען, ואתכם הסליחה --יעקב 16:18, 29 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- ניין! ער הייסט נישט אויף דעם ערשטן און נישט אויף דעם מיטלסטען און נישט אויף דעם לעצטן. דו האסט דאס געשריבן בכוונה אונז חוזק צו מאכן אז נישט וואלסטו ווען געזאגט טעיתי און פארטיק. קוק אריין דא אין יוסף יצחק שניאורסאהן וויאזוי ער הייסט אויפן ערשטען נאמען. --שומר חינם 21:20, 29 סעפטעמבער 2006 (UTC)
ישר כח! גערעכט ער הייסט ר' שמרי' נישט שם טוב, דער אין סקווער האט מיר געזאגט אז ער הייסט שם טוב, אזוי האבן זיי אים געריפען זעהט אויס בטעות,
איך האלט פון דיר באמת, דיין כאראקטער קוקט אויס ווי א חסידישער איד, סיי מיט דיין איידעלע אויסשפראך, סיי מיט דיין דן זיין לכף זכות, סיי מיט דיין גאנצע באנעמונג, איך ווער באמת נתפעל, גלייב מיר, איך האב נישט געגלייבט אז דו גייסט אזוי שנעל מודה זיין אז מהריי"ץ האט נאך א איידעם, און דאך האסטו מודה געווען, און אפילו געשריבן אויפן בלאט פון מהריי"ץ, בראווא!!!!!, עס איז באמת א גבורת הנפש פון דיין זייט, - זאג מיר נאר טייער אידל, ווער איז היינט בעל הבית אויף דעם געוואלדיגען אוצר הספרים, - איך האב געזען אין ספר אהל רחל, דער ליבאוויטשער סעקראטער בערך תשט"ו, אויך אין התמים, אז אמעריקע האט איין געלייגט וועלטן אז די ביבליאטיק זאל רוסלאנד באפרייען.
איז שרעקליך אינטערסאנסט צו וויסן ווי געפינט זיך עס היינט?, איז דא שמירה מעילה פון פריוואטע גנבים, וויבאלד די קהלה איז דאך שוין נישט אין זעלבן מצב ווי געווען, ממילא ווער גיב אכטונג לתועלת אויפן ביבליאטיק, אפשר לתולעת וואלט געווען צו באשרייבן די גאנצע היסטאריע אין ווידקעפיע, - אויב דו ביסט נישט מסכים, דאן, לא אמרתי כלום, בברכת גמח"ט --יעקב 07:13, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
נישט פארשטענדליך
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די מעשה וואס דו האסט געלייגט אין חסידות איז נישט פארשטענדליך, ביטע שרייב דאס מער קלאר. ►רוני◄ 16:41, 18 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- יעצט פארשטיי איך בעסער. אבער איך פארשטיי נאך נישט פארוואס די חסידים וועלן באגלייטן דעם משכיל מיט תופים ומחולות, עס דארף דאך זיין פארקערט. ►רוני◄ 21:54, 18 סעפטעמבער 2006 (UTC)
מ'האט באגלייט א משכיל מיט בזיונות, (בלשון מליצה בתופים ובמחולות), פון לשון אין ספר זעהט אויס, אז עס איז פארגעקומען אזא סארט מעשה אין יענע צייט, דרך אגב, איינער האלט אין איין צוריק שרייבן, די נאמען פון בעש"ט ישראל בן אליעזר ליפמאן, - אין קיין שום מקור האב איך נישט געזען אזא לשון, עס שטייט (בספה"ק היכל הברכה-קאמארנא) הר"ב ישרא"ל ב"ן אליעז"ר בגי' שמע ישראל י' אלקינו ה' אחד = 1018 בבחינת ויאמינו בה' ובמשה עבדו, הה"ק ר' נתן מברעסלאוו שרייבט אין חיי מוהרנ"ת, אז ווען ער איז געפארען אויף ארץ ישראל, האט ער זיך געטראפן אוין וועג מיט תלמידי הגר"א, וואס האבען זייער געהקט אויף די פארגלייבקייט אין צדיקים, אז דאס איז שעדליך, האט ר' נתן זיי געפרעגט, איר גלייבט דאך עכ"פ אין גר"א, און דאס איז דאך אויך שעדליך, האבען זיי געענפערט, אז זיי גלייבן טאקע נישט אין גר"א, נאר וואס ער איז גערעכט איז ער גערעכט און נישט מער, - האט ר' נתן זיי געפרעגט וויאזוי זיי טייטשן די פסוק ויאמינו בה' ובמשה עבדו, זיי האבן נישט געהאט וואס צו ענטפרן, און מיט דעם האבען זיי אים אפגעלאזט און מער נישט גע'טענה'ט!!!!! --יעקב 22:10, 18 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- א שיינע מעשה מעשה אבער וואס האט דאס צו טון מיט אונדזער ענין? לגבי דער בעש"ט פאמיליע נאמען ווייס איך נישט גענוי פון ווו יענער נעמט דאס. מען קען יענעם פרעגן אין זיין רעדן-בלאט. די לעצטע מאל האב איך דאס צוריקגעדרייט, ווייל איך האב נישט געוווסט פארוואס האסטו אויסגעמעגט זיין פאמיליע נאמען. טאמער האלטסטו אז דאס איז נישט ריכטיג, קענסטו דאס ווידער אויסמעקן, אבער שרייב אין דארט רעדן-בלאט אז דו האסט דאס אויסגעמעקט ווייל עס האט נישט קיין מקור. 83.130.81.100 22:22, 18 סעפטעמבער 2006 (UTC)
מקורות פון בילדער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויב די בילד איז "פריי באניצונג" דארפטו אויך אויפקלערן פארוואס איז דאס פריי. ביטע אויפקלערן ביים בילד:Rimnuv.jpg און ביים בילד:Ziditsuv.jpg רעגן בלעטער. ►רוני◄ 13:57, 19 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דו פרעגסט פארוואס די בילד איז פריי, איך האב געשריבן, אז דאס איז געכאפט געווארען ווען מיר זענען געווען ביי ציון קדשם, אפשר ביזטו מיר מסביר, וואס נאך דארף ווערן צוגעלייגט, אפשר וועלכע סארט קעמרע, אדער אפשר דארף איך רשות פון טשעכישען קאנסאלאט, באמת, איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן, - והשנית, דער עולם פארט דאך שוין קיין אומן, איך האף וועסט נאך האבן צייט יעצט צוריק צו שרייבן, בברכת כוח"ט --יעקב 15:18, 19 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- זיי מיר מוחל, איך האב נישט בארמערקט. ►רוני◄ 15:30, 19 סעפטעמבער 2006 (UTC)
ערקלערונג וואס מיינט היימישע שרייבער, וואס זענען גינסטיג פאר איידעלע לומדי תורה ביראת שמים
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קומענדיגס מאהל קוק ערשט אין ארטיקל דא די גאנצע זאך איז באשריבן, דערפאר האב איך דאס געמעקט. חוץ פון דעם, די ערשטע זייט איז נישט געמאכט פאר דעם, האסט דאס געקענט שרייבן דא. דאס שמעקט מיט וואנדאליזם אין ערגסטען פאל, און אומפאראנטוואליכקייט אין בעסטען פאל. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 21:12, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
- ענטפער: איך קוק נישט צופיל אין אלע ארטיקלעך, איך האב נישט באמערקט אז עס האט א אנדערע פלאץ, איך שרייב דיר דא, ווייל איך שאץ דיך פאר א בעל דעת- לאמיר דיך פרעגן אפען הארציג, איז דאס טאקע די ערשטע ווארט צו שרייבן "דאס שמעקט מיט וואנדאליזם", קענסט מיר אפשר מסביר זיין מיט שכל וואס האט דאס צו טון מיט וואנדאליזם, - איך בין אינטערסירט צו אלע שרייבערס דא זענען אשי מלחמה??, גלייך מיט געווער? איך זעה דא געשלעגן צווישן די שרייבערס וואס פאסט בכלל נישט פאר אידן שומרי תורה ומצות, מיט ווילדע ווערטער?, ביי א אנדערע געלעגנהייט האב איך באמת הנאה געהאט פון דיין געמאסטענע שטעלונג, דוקא נישט ווילד, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין דיין לשון אין דעם פאל, משום והייתם נקיים מה' ומישראל, ידידך --יעקב 02:24, 4 אקטאבער 2006 (UTC)
- די סבה פארוואס דאס קען שמעקן מיט וואנדאליזם (כ'האב געשריבן אין ערגסטן פאל) איז ווייל עס איז געווען אויפן ערשטן זייט, און דאס אז דו קוקסט נישט צופיל אין אלע ארטיקלן איז נישט קיין ענטפער, אויב עפעס איז דאס א פראגע. כ'ווייס נישט פארוואס דו נעמסט דאס ווי מיט געווער? כ'האב נאר געזאגט אז אין ערגעסטען פאל - וויבאלד עס איז די ערשטע זייט - שמעקט דאס מיט וואנדאליזם.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:31, 4 אקטאבער 2006 (UTC)
די סיבה פארוואס איך קוק נישט קיין ארטיקלען
1) אין לי חלק ונחלה אין געשרייבעכץ פון ציונות, נפש היפה סולדת ממנו, איך וואלט בכלל נשט געקוקט אין וויקיפעדיע וועגן דעם טעם
2) ווייל פארשידענע שרייבער דא, שרייבן זיך מיט מעסער שטעך איינער צום צווייטען. אויך זעהט מען ווי געוויסע שרייבערס זענען מיט אזא הארטע עקשנות'דיגע שטעלונג, וואס גרעניצט זיך מיט שפיכת דמים, עס ארט זיי נישט ווען זיי פארגיסן אידיש בלוט, אזוי קאלט בלוטיג קען א שרייבער ענטפערן, דא איז וויקיפעדיע עס האט רעגאלאציעס, - כאילו ער וויל זאגן, דא האט נישט דיני התורה קיין ווערט, ווייל ווידקעפיע האט ח"ו אנדערע הלכות, כאילו א איד גייט ארויס צו ארבעט, פארגעסט ער ח"ו אז ער איז א איד - איך קוק שוין (מכח טעם הכמוס) שוין א לאנגע צייט, שרייבער זענען שוין געקומען און געגאנגען, עס האט זיך שוין מערערע מאל געטוישט, ממילא קען קיינער נישט זאגן איך מיין אים, אדרבה קוקט אריין אין די רעדן בלעטער פון די שרייבערס, ווי פארשיעדנע ברואים גיסן דארט אויס זייער גאנצע שפוך חמתך אויפן געמיינסטן אופן
איך האב מיך מתבוננן געווען, אין בית המדרש זעהט מען נישט ווי איינער זאל שרייען אויפן צווייטן,- וואנדאליסט! א.ד.ג., - פארוואס אין וויקיפעדיע שרייט מען יא??, ווייל מען ווייסט נישט דיין נאמען, איז דאס ריכטיג צו שרייען ווי א וואנזיניגער??, - נאך בעסער! איך בין א גרויסער סוחר, איך האב הונדערטער היימישע ביזענס קאסטימערס, - איך באגעגן כמעט נישט קיין ווילדע מענטשן וואס רעדן און שרייען מיט חשדות און בלבולים, - מיין חבר איז אין ריעל איסטעט, ער האנדלט מיט גויים און פרייע אידן, ער האט צוטין מיט חשדות און בלבולים, גנינות און קארדס, ממש א קראנקע בעט.
איך ווייס דעם תירוץ!, איך האב שוין באגעגנט מענטשן וואס האבען א שיינעם פנים אין בית המדרש אויך אין ביזנעס, אבער צו די אייגענע ווייב זענען זיי אכזרים, מיר איז מסתבר אז די זעלבע זענען די ווילדע שרייבערס.
3) זיי דיך מתבונן, ווען עס וואלט פארקויפט געווארען א ספר, מיט אזוינע שרייבערס, וואלט א ערליכער איד דאס געקויפט?, אדער אריין געקוקט?
4) פארוואס קוק איך יא אריין???, איך קוק נאר מיין סטייל שרייבערס און ארטיקלען, וממילא גיב איך שוין א קוק אויפן ערשטן זייט, אויב עס איז דא היימיש טעגליך נייעס,
5) אבער איך מוז דא מוסיף זיין, אז דאך איז דא עטליכע נארמאלע שרייבערס ומגיהים אין ווידקעפיע, וואס מאכן א רושם ווי נארמאלע געלאסענע מענשטן, וזכות זיכוי הרבים, זכות הרבים תלוי בהם --יעקב 03:37, 4 אקטאבער 2006 (UTC)
ביטע שטימען פאר רוני
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון דיין ארבייט דא זעה איך אז דו וואלסט הנאה געהאט פון רוני ביטע געב אפ דיין שטימע פאר רוני. נישט קעגן נאר פאר אים. א גרויסן דאנק--יודל 13:25, 27 יוני 2007 (UTC)
מען גייט ענדערן דעם נאמען פון אייער קאנטע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א גוטן,
די אנטוויקלונג מאנשאפט ביי וויקימעדיע פונדאציע פירט אויס עטלעכע ענדערונגען וויאזוי די קאנטעס ארבעטן, אלס א טייל פון אונזערע ציענדיקע מיען צו פארזארגן נייע און בעסערע געצייג פאר אונזערע באניצער (ווי אינטער־וויקי אנזאגן). מיט די ענדערונגען וועלן באניצער האבן דעם זעלבן קאנטע נאמען איבעראל. אזוי וועלן מיר קענען געבן אייך נייע מעגלעכקייטן וואס וועלן העלפן אייך רעדאקטירן און שמועסן בעסער, און וועט דערלויבן מער בייגעוודיקע באניצער דערלויבנישן פאר געצייג. איין אויסקומפט איז אז באניצער קאנטעס מוזן זיין איינמאליק אריבער אלע 900 וויקימעדיע וויקיס. זעט דעם אנאנס פאר נאך אינפארמאציע.
ליידער, דער נאמען פון אייער קאנטע טרעפט זיך אן מיט אן אנדער קאנטע אויך גערופן יעקב. כדי איר זאלט ביידע קענען ניצן וויקימעדיע'ס וויקיס אין דעם צוקונפט, גייען מיר ענדערן דעם נאמען פון אייער קאנטע צו יעקב~yiwiki. ווען דאס געפֿעלט אייך, איז אין ארדנונג. טאמער ווילט איר אויסקלויבן אן אנדער נאמען, זייט מודיע אונדז אויף דער פארעם.
אייער קאנטע וועט ארבעטן אזוי ווי פריער, און איר וועט באקומען קרעדיט פאר אלע אייערע רעדאקטירונגען ביז אצינד, אבער איר מוזט אריינלאגירן מיטן נייעם נאמען.
אנטשולדיקט פאר דער אומבאקוועמקייט.
אייערס,
Keegan Peterzell
געמיינדע פֿארבינד, וויקימעדיע פֿונדאציע
08:46, 20 מערץ 2015 (UTC)
חשבון לאחר שינוי שם
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שמו של חשבון זה שוּנה כחלק מהשלמת התחברות משתמש יחיד. אם את\ה בעל\ת החשבון תוכל\י להתחבר תוך שימוש בשם המשתמש הקודם שלך למידע נוסף. אם אינך אוהב\ת את שם החשבון החדש הזה, תוכל\י לבחור אחד משלך בעזרת הטופס הבא, לאחר הכניסה לחשבון: באַזונדער:בקשת שינוי שם גלובלית. -- Keegan (WMF) (שיחה)
13:02, 19 אַפריל 2015 (UTC)