באַניצער רעדן:יוסל
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: וויקיפעדיע:רעדאקטירן) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים אויפהיטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע ענהאלט דיין נאמען, און א לינק צו דיין באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענק: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט אדער זיין איבערטייטשונג. סיי ארטיקלן און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהערצוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שרייבן און וויאזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס
קלויזנבערגער רבי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון וואנעט נעמט איר אז דער קלויזנבערגער רבי רי"י איז געבוירן תרס"ה (און נישט תרס"ד אזוי ווי אלפסי שרייבט)? --פוילישער 22:35, 6 יאַנואַר 2009 (UTC) שרייבט אייער תשובה אויף דעם בלאט.
- דאס נעם איך פון ספר "לפיד אש" עמוד כ"ד, דאס איז ארויס געגעבען דארך דאס אייגינע חסידות -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער יוסל וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
ייש"כ --פוילישער 23:32, 6 יאַנואַר 2009 (UTC)
עפעס שטימט נישט מיט דעם שטיקל, ר' הערשעלע די זוהן פון ר' הערשעלע?--216.75.77.221 18:17, 2 פעברואר 2009 (UTC)
- ייש"כ--יוסל 18:59, 2 פעברואר 2009 (UTC)
נעמען פון שטעט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איר האט געפרעגט:
- אין איינוועגס, לאז מיר וויסען אייער מיינונג וויאזוי צושרייבען די פאלגענדע נעמען וואס איך האף בקרוב צובייארבעטן, בלאזוב - בלאזשעוו - בלאזשאוו, ברדיוב - בארדיעוו, צולייגען בארטפעלד אדער נישט, דינוב - דינאוו, סיגוט - סיגעט
- איך האב געמיינט בלאזשעוו, אבער אין אמת'ן שרייבט מען געויינלעך -אוו, דערפאר איז בעסער "בלאזשאוו"
- בארדיוב/בארדיאב/בארדיאוו. כ'מיין מ'זאל יא צולייגן בארטפעלד ווייל לכאורה אזוי האט די שטאט געהייסן ביי יידן ביזן ערשטן וועלטקריג
- דינאוו
- סיגעט
כל טוב. א ייש"כ פאר אייער שיינע ארבעט. --פוילישער 14:19, 4 פעברואר 2009 (UTC)
חסידישע הייפער גרופירן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך האב אין שנעלען צוזאמען געשטעלט א טייל פון דעם בלאט צאנז (הויף), נאר אין אמת'ן וואלט אפשר בעסער געווען דאס אפטיילען אין עקסטרע הייפען שינאווא, קשאנאווא, א.ז.ו. נאר לאזען א לינק צו די אנדערע בלעטער. דאס זעלבע איז בנוגע ענליכע גרעסערע הייפער צ.ב.ש. ראפשיץ, דזשיקאוו, טשערנאבל א.ז.ו., קלערט אייך איבער איך לאז דעם באשלוס צו אייך. (ווארשיינליך וועל איך ווייניגער טעטיג זיין און די קומענדיגע צוויי וואכען)--יוסל 12:23, 5 פעברואר 2009 (UTC)
- די גרעסערע, ד"ה קשאנאוו און גארליץ, איז כדאי אריבערצונעמען אויף באזונדערע בלעטער, אבער לאזט איבער ראשי פרקים אויפן צאנז (הויף) בלאט. דאס איז שטענדיג א גוטער כלל, אפצושפאלטן לאנגע אפטיילונגען באזונדער און איבערלאזן ראשי פרקים אויפן הויפטבלאט. מען קען נישט זאגן א פעסטן כלל וויפיל הייסט א לאנגע אפטיילונג, אבער הכל לפי העניין.
מיר וועלן זיך פרייען ווען איר קומט צוריק. --פוילישער 23:47, 5 פעברואר 2009 (UTC)
איר קענט ממשיך זיין דעם שמועס דא
געבן א נייעם נאמען צו אן ארטיקל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לכאורה האט איר געשאפן די נייער ארטיקלען וועגן דעם צאנזער רב און שינאווער רב דורך אריינקלעבן אויפן נייעם בלאט דעם אינהאלט פונעם פריערדיקן בלאט. (טאמער איך בין טועה, זייטס מיך מוחל.) אז מען וויל ענדערן דעם טיטל פון אן ארטיקל איז באראטן צו "באוועגן" דעם ארטיקל בכדי נישט צו פארלירן די היסטאריע פון פריערדיקע ווערסיעס. כל טוב. --פוילישער 14:37, 15 פעברואר 2009 (UTC)
- יישר כח פאר דעם אויפמערקונג, די סבה פארוואס איך האב דאס געטוהן אזוי, איז ווייל איך האב געוואלט האלטען דעם אלטען טיטל חיים האלבערשטאם פאר אן אנדערען צוועק, פון דארט צו קענען אנווייזען צו פארשידענע מענטשען מיט דעם זעלבען נאמען אויך אזעלכע וואס האבן נישט קיין אייגענעם בלאט, איך האב טאקע נישט גענימן אין באטראכט אז דאס שאפט א פראבלעם ביי די היסטאריע פון פריערדיקע ווערסיעס.
- איך דאס געטוהן מיט פארשידענע נעמען אריה לייביש האלבערשטאם, דוד האלבערשטאם, משה האלבערשטאם, יחזקאל שרגא האלבערשטאם, יקותיאל יהודה האלבערשטאם.
- וואס וואלט געווען די עצה דאס צולעזען ?--יוסל 14:57, 15 פעברואר 2009 (UTC)
- ערשטנס, אנטשולדיגט וואס איך האב אייך גורם געווען אזויפיל ארבעט צוריקצושטעלן די אלע בלעטער. ווען איר האלט אז מען דארף טוישן דעם נאמען פון א בלאט איז ריכטיג צו "באוועגן" דעם בלאט. (טאמער דער ציל בלאט איז שוין באניצט זייט מודיע רוני אדער מיך, מיר קענען אויסמעקן אזא בלאט לעת הצורך.) אבער אויב א נייער נאמען קען גורם אסאך ענדערונגען אין אנדערע בלעטער, ד"ה אסאך ארבעט, איז כדאי צו שטעלן א נאטיץ אינעם רעדן בלאט אפשר איז דא אן אנדער לעזונג. ותשועה ברוב יועץ.
- ווי נישט ווי, זענען מיר שטארק דאנקבאר פאר אייער ארבעט דא, וואס האט אויפגעשטעלט א גאנצע סעריע פון ארטיקלען וועגן חסידות אין וועסט גאליציע, טאקע א שיינע זאך. ייש"כ!! --פוילישער 23:37, 15 פעברואר 2009 (UTC)
ערבליך
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די אייניקלעך פון רבי משה לייב סאסאווער הייסן טאקע ערבליך, אבער פון וואנעט נעמט איר אז ער (און זיין פאטער) האבן געהאט א משפחה נאמען? ס'איז נישט מסתבר. איר האט א פארלעסלעכן מקור? --פוילישער 20:16, 24 מערץ 2009 (UTC)
- ר' חיים דוד באקאן האט ארויסגעגעבן אין יאר תנש"א מעשיות מיטן נאמען רבי משה לייב סאסובער, ער שרייבט נאך ביים פאטער ערבליך, אבער דעם זיידן - רבי יוסף יוסקא - שרייבט ער גארנישט. כ'האב איבערגעפרעגט כמה אייניקלעך ערבליך'ס, ביז רבי יעקב זענען אלע איינס, בנוגע דעם זיידן האב איך געהערט חילוקי דעות. --יוסל 21:03, 24 מערץ 2009 (UTC)
אזוי ווי איר האט א מקור, איז כדאי צו שרייבן דעם מקור אינעם ארטיקל (כאטש איך בין שטארק מסופק צי זיי האבן א ראיה דערויף). --פוילישער 23:07, 24 מערץ 2009 (UTC)
יאר פון מחזור
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אריינלייגן דעם יאר אין מחזור איז א גאנץ גוטע אידעע, אבער ס'איז צופיל ארבעט צו מאכן יעדע יאר באזונדער. איך וועל מעיין זיין (נאך שבת) צי מען קאן דאס מאכן אויטאמאטיש. --פוילישער 14:42, 27 מערץ 2009 (UTC)
- ייש"כ--יוסל 21:18, 28 מערץ 2009 (UTC)
א שיין שטיקל ארבעט. ייש"כ! --פוילישער 16:02, 29 מערץ 2009 (UTC)
טשערנאסטראה
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון וואנעט נעמט איר דעם אויסלייג "טשערנאסטראה"? --פוילישער 10:04, 11 מײַ 2009 (UTC)
- כ'האב דאס גענומען פון דעם מעשה-ביכל "דאס לעבנס געשיכטע פון רבי ר' זושא פון האניפאלע" ארויס געקומען דורך אמרי שפר אויף יידיש.
ליובאוויטש (הויף)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לכאורה די אנדערע קינדער פונעם בעל התניא אחוץ דעם מיטלען רבי האבן נישט קיין שייכות מיט ליובאוויטש. --פוילישער 05:11, 28 מײַ 2009 (UTC)
- ייש"כ, אייער אויפמערקונג איז ריכטיג, כ'גלייב מן הסתם האט איר באמערקט אז לעצטענס האב איך נישט געהאט צופיל צייט דארך צוארבייטן אן ארטיקל מיט איינמאל, (אז איר וועט באמערקן האב איך אין דעם בוים נאך גארנישט געלינקט וכהנה), איז היות די משפחה איז זייער פארקניפט צווישן זיך שרייב איך דאס דערווייל אינאיינעם, אבער ז'איז זיכער אז מ'דארף נאכדעם צוטיילן דעם בלאט, מינא ומנך איסתייעא מלתא.--יוסל 08:55, 28 מײַ 2009 (UTC)
א דאנק. א פריילעכן יו"ט! --פוילישער 13:52, 28 מײַ 2009 (UTC)
רבי שמואל פיינער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ר' יוסל, ווער זענען געווען די קינדער פון רבי שמואל פיינער פון קראקע? --פוילישער 16:17, 29 יוני 2009 (UTC)
- לויט "וואנדער אין א.ל.ג." האט ער געהאט א טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט א געוויסן רב אסף. פארגעסען אינטערצושרייבן--יוסל 09:50, 30 יוני 2009 (UTC)
אשפעצין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך מיין אז מען שרייבט אשפעצין אן א וי"ו. --פוילישער 22:01, 12 יולי 2009 (UTC)
- איך האב געקאנטראלירט, און איר האט רעכט.--יוסל 20:23, 14 יולי 2009 (UTC)
פירות ארץ ישראל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויף די אנפראגע וואס איז פשט פון שאפן א קאטעגאריע פרוכט פון ארץ ישראל ?
- כ'גלויב אז פאר דעם יידישן פארשער אין באניצער פון דעם אנציקלופדיה איז זייער אינטערעסאנט צו וויסן וועלכע פרוכט וואקסן אין ארץ ישראל, סיי אלס חשיבות פון פירות ארץ ישראל, סיי וועגען די הלכות וואס איז ספעציעל פארהאן ביי זיי, א.ז.וו.--יוסל 17:04, 7 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
מענין לענין באותו... אַ שײנעם דאַנק פֿאַרן אָנהײבן די רשימה פֿון די פֿרוכטן. ►רוני◄ 15:24, 8 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
כ'בין לערי ריינהארט
·לערי ריינהארט·T·m:Th·T·email me· 11:52, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
לשנה טובה
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א כתיבה וחתימה טובה, און בעט זיך אויט א גוט יאר! --פוילישער 12:07, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
איך וואונטש דיר א גוט געבענטש זיס לעכטיג געזונט און גליקלעך יאר פאר דיר און פאר דיינע רעביס--Chaim Shel 13:08, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
אַ גוט געבענטשט יאָר מיט אַ סך מער אַרטיקלען ►רוני◄ 23:30, 19 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
גמר חתימה טובה
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וכן למר! --פוילישער 12:28, 27 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
חסידישע ספרים קאטעגאריעס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א דאנק פארן פארברייטערן די דעקונג פון וויקיפעדיע וועגן חסידות און חסידישע ספרים. איך גיי ענדערן די נעמען פון די נייע קאטעגאריעס לויטן שטייגער אז קאטעגאריע נעמען זאלן זיין אויף מערצאל. --פוילישער 11:20, 16 אָקטאָבער 2009 (UTC)
איך װיל אַ ביסל ענדערן דעם הױפּט־בלאַט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך װיל אַ ביסל ענדערן דעם הױפּט־בלאַט איך האָב עס פֿאָרגעשלאָגן אינעם קאַװע־שטיבל קװעטש דאָ און גיב דײַן דעה. אַ דאַנק. ►רוני◄ 15:35, 12 דעצעמבער 2009 (UTC)
רעדן: שמעון בר יוחאי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כ'וויל נאר באמערקען אז דער מנהג ביי וויקיפעדיע איז לכאורה אז מען מעקט נישט אויס א דיסקוסיע פון א רעדן בלאט. אפשר איז דאס א זאך וואס מ'דארף אדורכשמועסן ברבים. --פוילישער 18:56, 31 יאַנואַר 2010 (UTC)
- כ'בין זיכער מסכים אז ס'איז אינטערעסאנט צו האלטן א דיסקוסיע פון א רעדן בלאט, אבער אין א פאל וואס נאך דער דיסקוסיע איז דער ארטיקל געענדערט געווארן אין דער דיסקוסיע האט נישט מעהר קיין באדייטונג, א נייער ליינער קען נישט מער פארשטיין דעם אינהאלט, ווי אין דעם פאל, האב איך געטראכט, ס'איז נישט מעהר רעלעוואנט, ואתכם הסליחה--יוסל 09:56, 1 פעברואר 2010 (UTC)
משפחת ראנד
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וואו האסטו געטראפן די אלע פרטים וועגן משפחת ראנד? שוין א לאנגע צייט וואס איך זוך דאס אויס! --פוילישער 23:14, 4 פעברואר 2010 (UTC)
- מאיר וואנדער אין א.ל.ג. - אונטער ר' מנחם מאניס רנד
- ייש"כ --פוילישער 13:38, 5 פעברואר 2010 (UTC)
טשערנאבלער גזע (מאקארעוו)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דעם ארטיקל טשערנאבילער גזע שטייט אז מרת שיינא צביה טווערסקי (טאכטער פון רבי נחום מאקארעווער) האט חתונה געהאט מיט רבי צבי אריה לאנדא פון אליק. דאס איז אוודאי א טעות, ווייל רבי צבי אריה איז נפטר געווארן אין תקע"ב, איידער מרת שיינא צביה איז געבוירן! כ'ווייס אז מרת שיינא צביה איז געווען דער זיווג שני פון רבי אשר פון קארלין־סטאלין, צי האט זי חתונה געהאט פריער מיט אן אליקער אייניקל? --פוילישער 14:09, 13 דעצעמבער 2011 (UTC)
באלד 10,000 ארטיקלען — העלפט צו!
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די יידיש וויקיפעדיע האלט אצינד גאנץ נאנט צו 10,000 ארטיקלען. זייט אזוי גוט און הייבט אן א פאר נייע ארטיקלען כדי מיר זאלן קענען אריבערגיין דעם שוועל. --פוילישער 23:43, 24 יאַנואַר 2013 (UTC)