באַניצער רעדן:יודישער שרייבער/סעפטעמבער ארכיוו 2009

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א יישר כח פאר די הערליכע ארטיקלעך[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פון משפחת אזואלי, אמתע שיינע חידושים. אדאנק אייך.--למדן 22:30, 16 יולי 2007 (UTC)

טאקע זייער שיין, גיי אן מיט דיין גוטע ארבייט --טעכניקער 00:04, 18 יולי 2007 (UTC)

ביטע נישט מעקן סתם נאר שטעלן א רידיירעקט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אוקריינא צו אוקריינע עס איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא איין שרייבער זאגט אזוי דער אנדערער אזוי מאכט מען א רידיירעקט נישט מעקן סתם ווי דו האסט דא] געטאן א דאנק.--יודל 22:50, 17 יולי 2007 (UTC)

ביטע געב אן דיין דעה דא[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

האלטסטו אז מען דארף אויסמעקן אזאלכע אדער אזאלכע ארטיקלעך?--למדן 22:30, 22 יולי 2007 (UTC)

אייכלערס[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין אנדערע וויקי'ס וואו למשל ענגליש און העברעאיש ווערן אזעלעכע ארטיקלען געמעקט און די סיבה ווערט אונגעגעבן אז וויקי איז נישט קיין "יעלאו פעידשעס" אזא ארטיקעל איז נישט מער וואו א עדווערטייזמענט פאר די געשעפט אדער קאמפאני און דאס גיבט נישט צו צום אינהאלט פון וויקי. --משגיח 18:50, 23 יולי 2007 (UTC)

איך זעה אז אין בארא פארק האסטו אויך אריינגעלייגט אייכלערס אלס הויפט געשעפט אויף 13 עוויניו. --משגיח 18:55, 23 יולי 2007 (UTC)
איך האלט אויך ווי משגיח. און ס'גלויבט זיך שווער אז דאס איז דאס גרעסט געשעפט אויף דער וועלט. ►רוני◄ 19:06, 23 יולי 2007 (UTC)
ס'איז זיכער נישט די גערעסטע געשעפט ווייל פעלדהיים איז עטליכע מאל אזוי גרויס. יודישער שרייבער האט זיך פשוט נישט גוט אויסגעדריקט, ס'איז די גרעסטע "ספרי קודש" געשעפט אויף די וועלט. --משגיח 19:11, 23 יולי 2007 (UTC)
וואס ווילסטו פון יודישער שרייבער? נישט ער האט דער ארטיקל געשריבן. ►רוני◄ 21:40, 23 יולי 2007 (UTC)
פעלדהיים האט נישט קיין געשעפעט. און אייכלערס איז מסתמה יא די גרעסטער אין די וועלט.--יודל 22:14, 23 יולי 2007 (UTC)
מסתמא איז נישט גענוג זאל שטיין אין אן ענציקלאפעדיע. דאס דארף א געהעריקע מקור. ►רוני◄ 22:25, 23 יולי 2007 (UTC)
אז אנדערע זאגן פאר זיכער און קיינער זאגט נישט פארקערט באלאנגט דאס יא אין אן אנציקלאפעדיע. מקורות איז א זאך וואס איז וויכטיג אבער מעקן אן קיין טשעלענדזש האט נישט קיין פשט. דאס איז נישט קיין קאנטראווערסיע אדער עפעס א לשון הרע חלילה.--יודל 22:27, 23 יולי 2007 (UTC)
עס איז אבער נישט מסתבר. כאטש וואס דאס איז אמת אז די פרומע ספרים געשעפטן זיינען גרעסער פון די גוישע. אסער דאך דארף מען עפעס א שטיקל מקור. ►רוני◄ 22:35, 23 יולי 2007 (UTC)
ספרים דא מיינען אוואדאי געוויס אידישע ספרים. קיינער דא זאגט נישט אז אידישע ספרים געשעפטן זענען גרעסער ווי די גויאישע אזוי ווי ווען איינער האט די גרעסטער בארד מיינט נישט אז ער האט די גרעסטע שנאלץ על כל פנים גיי מעק ווילאנג די פינגער וועלן דיר וויי טאן. מאך א לעבן.--יודל 22:37, 23 יולי 2007 (UTC)

זיי מיר מויחל, אין דעם ארטיקל איז ניט געשטאנען יידישע ספרים געשעפט. ►רוני◄ 22:40, 23 יולי 2007 (UTC)

נו ווער האט דיר געזאגט איצט אז מ'רעדט דא פון יידישע ספרים?--יודל 22:44, 23 יולי 2007 (UTC)
ספרים דא מיינען אוואדאי געוויס אידישע ספרים ►רוני◄ 23:00, 23 יולי 2007 (UTC)

און ווער האט דאס געשריבן: כאטש וואס דאס איז אמת אז די פרומע ספרים געשעפטן זיינען גרעסער פון די גוישע? איינער וואס האט נישט געוויסט אז מען רעדט דא פון יידישע ספרים...--יודל 23:09, 23 יולי 2007 (UTC)

איינער וואס האט יא געוווסט, אבער ער האט נישט געוווסט אז מען רעדט אין באציונג צו אנדערע יידישע ספרים געשעפטן. ►רוני◄ 23:19, 23 יולי 2007 (UTC)
נאר וואס דען? א אידישע ספרים געשעפט אין באציאונג צו די גויאישע... און ווער זאגט אים אז עס אין באציאונג צו די אידישע?--יודל 23:31, 23 יולי 2007 (UTC)
דאס איז געשטאנען דארט: "אייכלער'ס ספרים געשעפט הייסט פון די גרעסטע ספרים געשעפטען אין די וועלט" [1] ►רוני◄ 23:58, 23 יולי 2007 (UTC)
און ווי שטייט פרומע?--יודל 00:01, 24 יולי 2007 (UTC)
דער ארטיקל רעדט וועגן א פרומע קלייט. ►רוני◄ 00:34, 24 יולי 2007 (UTC)
און וואס מיינט פרומע פון די אמיש?--יודל 13:03, 24 יולי 2007 (UTC)
שטייט יא פרומע שטייט נישט פרימע, די גאנצע ארטיקעל מאכט וויקי אויסזענן וואו א "יעלאו פעידשעס" אין אנדערע שפאראכען מעקט מען אויס אזא ארטיקעל. חוץ מאכן פרסומות פאר דעם געשעפט גיבט דאס גארנישט צו צום אינהאלט פון וויקי. --משגיח 14:48, 25 יולי 2007 (UTC)
אויב איז דאס אמת אז זיי זענען די גרעסטע פרומע ספרים געשעפט איז דאס זייער אינטערסאנט און חשוב צו באשריבן ווערן.--יודל 14:51, 25 יולי 2007 (UTC)

ביטע שטימען[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דא


ביטע טויש די אויסלייג פון דיין שטימע, עס איז נישט קלאר, עס וואלט געווען קלארער אזוי איך שטיץ אז טוישן א נאמען פון א בלאט זאל דארפן וואלען אויף די שמועס בלאט, און עס מוז האבן א רוב כדאי צו טוישען און מען זאל גיבן 3 טעג פארן מאכן א טויש אפילו עס האט א רוב. --משגיח 17:49, 25 יולי 2007 (UTC)
איך האב דיר געשיקט א אימעיל. --משגיח 21:03, 26 יולי 2007 (UTC)
די האסט א Gmail account? --משגיח 21:05, 26 יולי 2007 (UTC)

יואל מ[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך בין דא מיט די פילע פארע, יואל מ ארבייט נישט מער און פיילעט איז געווען מיינס א טעסט אקאונט וועלעכער איז שוין פארשלאסען. בקיצור הוא הוא יואל מ הוא הוא משגיח דאס בין איך. איך בין דא געווען אין די היץ און איך האב אונגעדרייט די קעפל טויש וואלען, ס'האט טאקע אראפגערוקט די מחלוקת פון קעפל טויש ער וועט שוין נישט וואגען דאס צו טון אויף דיינס אן ארטיקל. --משגיח 19:06, 31 יולי 2007 (UTC)

יישר כח פאר נעמען די דזשאב אכט געבן אז מען זאל נישט וואנדעלעזירן מיינע ארטיקלן, איך געב זיך מער אפ צו שרייבן, ווי איידער צו טוישן קעפלעך, אבער עס טוט מיר וויי ווען איך שרייב אן ארטיקל מיט א קעפל, און עס קומט איינער וואס האט נישט וואס צו טועהן און דרייט און מאכט קעפלעך, עס זעהט עפעס אויס ווי ער איז דא דער "קעפל פעפעסיאנעל", און ווען ער זאל זיין גרעכנט איז איין זאך, אסאך מאל האט עס נישט קיין טעם, איך אליין האב נישט אייביג קיין געדולד צוריקצודרייען, יישר כח. איך האף עס וועט זיין בעסער פון היינט און ווייטער--יודישער שרייבער 19:14, 31 יולי 2007 (UTC)

פארוואס גיבסט נישט אפ דיין שטימע[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דא? [2]

פארסט אין אומאן?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

לויט דיינע פיל שרייבאכצער ארום ברסלב איז מיר אינטרעסאנט צו זיך דערוויסן אויב דו ביסט טאקע א ברסלעבער און צי דו פארסט קיין אומאן אויף ראש השנה. ►רוני◄ 16:12, 27 אױגוסט 2007 (UTC)

איך שטאם פון ברסלעבר חסידים, מיינע זיידעס קומען פון אוקריינא/קישעניוו/בארדיטשוב, איך בין שוין געווען עטליכע מאהל און אומאן, אבער איך פאר נישט אלע יאהר, היי יאהר פאר איך ווארשיינדליך נישט, רוני די פארסט יא קיין אומאן ? --יודישער שרייבער 17:55, 28 אױגוסט 2007 (UTC)

איך האב געפלעגט אלע יארן (6 מאל) פארן, אבער די לעצטע פינף יאר בין איך ניט געפארן. איך וואלט געוואלט פארן, אבער איך האב שווערע מניעות :) ►רוני◄ 15:34, 29 אױגוסט 2007 (UTC)
רוני אלס איינער וואס קען ברסלב מעגסטו שוין וויסן, "מניעות" איז דער שליסל צו פארן...

אוי ווי שיין און הערליך איז דער צוזאמענשטעל פון אומאן, עס דארמאנט די צייטן פון משיח, אלע סארטן יודען וואס כלל ישראל פארמאגט, קיינער זאגט נישט פארן צווייטן איך בין מער צדיק פון דיר, איך קען מער לערנען פון דיר, איך בין א גרעסערע יחסן פון דיר, איך גיי מיט לענגערע בעקיטשע ווי דיר, איך גיין מיט לענגערע פיאות ווי די, מען קען זיך נישט אויסמאהלן וויאזוי עס וועט אויסזעהן קיבוץ גליות, ווען פלוצלונג וועלן אלע ליטווישע איינזעהן אז נישט נאר זיי קענען לערענן, די חסידים וועלן איינזעהן נישט נאר זיי זענען פרום, די יעקישע וועלן איינזעהן אז נישט נאר זיי זענען ארגינאל, און דער פרייער וועט איינזעהן אז נישט יעדער חרדי איז א פאראזיט.... דער חרדי וועט איינזעהן וויפיל נארמאלקייט ליגט אין סתם א מענטש... און אלע סארט נארישקייטן וואס האט זיך אריינגעכאפט ביי כלל ישראל וועט ווערן אויס ! מען וועט זוכן נאר צו געפעלן פאר השי"ת נישט פאר מענטשן, מען זיך נאר טוהן תפלה צו גאט, חוץ השי"ת איז גאר נישט דא נאר ער, בלויז ער, כי אז אהפוך כל העמים לקרוא כולם שפה ברורה בשם ה', דאס קען מען זעהן ערב ראש השנה אין אומאן ביים ציון פון דעם גרויסער מאן ר' נחמן, אבער גיי זאג מוסר פאר דיר, ווען איך אליין פאר נישט--יודישער שרייבער 17:44, 30 אױגוסט 2007 (UTC)

מיין מיינוג : אן ענטפער פאר דיינע פארביטערטע טענות[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע נישט אויסמעקען מיינע רייד, איך האב רשות עס זאל שטיין אויף מיין שמועס בלאט--יודישער שרייבער 16:52, 4 נאוועמבער 2007 (UTC)

לכבוד דעם שרייבער פון פריער, (אהנ א נאמען),


מיין געוואונהייט דא אינעם וויקי איז ווי ווייניגער זיך צו קריגען, איך האלט נישט אז מען דארף מאכן פון יעדע קליינע שטות א גאנצע קאשע, דעריבער וועל איך שוין נישט שרייבן דעם ארטיקעל פון ניקלושבורג וויאזוי איך האלט אז עס קומט, אבער איך וועל דיר דא ענטפערן אויך דיינע ביטערע טענות.

דער וויקי איז א פרייער פלאץ ווי עס דארף ווערן ארויף געלייגט אלע אינפארמאציע און פאקטן, ווייל נאר אויב מען ווייסט אלע פאקטן קען א מענטש לעבן מיט ריאאליטעט און אפמאכן וואס עס איז ריכטיק. איך האב נישט געשריבן ר' מיכל לעבאוויטש אין א שווארצע ליכט, איך האב בלויז פארציילט פאקטן פון איינער וואס איז היינט א רבי צווישן רבי'ס, יעדער וואס האט געלעבט און יענע צייטן פון ר' מיכל לעבאוויטש ווייסט און וועט פארציילן וואס עס האט זיך דעמאלטס אפגעטוהן, פארוואס האסטו מורא צו פארציילט אמת'ע פשוטע פאקטן

עס איז א פאקט: ווען ר' מיכל ארויס געקומען אין דער עפענליכקייט און ער איז געווארן פון א ראש חבורה א רבי, האט זיך איבערגעדרייעט די חסידישע גאס, רוב חסידישע סאטמארע אידן האבן זיך דערווייטערט פון איהם, סתם סאטמארע אידן לאכן נאך היינט פון איהם.

עס איז א פאקט: די דעמאלטסדיגע סאטמארע דיינים און נאך רבנים האבן איהם גע'אסר'ט, עס איז דא איסורים אויף איהם פון ר' ישראל חיים מנשה פרי"מ, ר' יחזקאל ראטה, ר' געציל בערקאוויטש, ר' משה מנחם טירנויער, אויך ר' משה ארי' פריינד] האט געשריבן א בריוו קעגן איהם, דער סאטמארער רב דער ברך משה האט אויך געשריבן קעגן איהם, וויפיל ר' מיכל האט זיך געבעטן ביי איהם ער זאל אים צורו לאזן האט עס נישט גענוצט, ר' לייביש לייזער איז נאך אלץ פייער קעגן איהם, ר' יואל מארגענשטערן איז פייער קעגן איהם, דער שינאווער איז פייער קעגן איהם, דער קוויאשדער רב פון ווימ"ס איז פייער קעגן איהם.

טייערער שרייבער אז פאסט נישט אז מען מאכט זיך צו די אויגן און זאגן "וואשען וועש אין די גאסן, האט נאך נישט געברענגט ריוח פאר קיינעם", איך בין נישט קיין בעל מחלוקת איך וויל שרייבן פלויז פאקטן, אויב האלסטו אז מען זאל נישט שרייבן אמת'ע טרוקענע פאקטן פון א רבי וואס פירט א רביסשע הויף, און האט צענדליגער און אפשר הונדערטער חסידים, דאן קעסטו דאס טענה'ן אויף זייער אסאך ארטיקלען אינעם וויקי, דאס איז שיין דאס איז מחלוקת און אזוי ווייטער.

איך בין גארנישט דעקעגן ווען די שרייבסט אמת'ע טרוקענע פאקטן קעגן סאטמאר, קעגן סיגוט, קעגן בילגועריי, שרייב וואס די ווילסט אבער עס זאל זיין אמת,

די סטראשעסט מיך פון שטארבן, חבר מיינער יעדער גייט שטארבן, איינער פריער איינער שפעטער, איך בין נישט קיין בעל מחלוקת, איך רייץ נישט אהן קיינעם, איך האלט אז מען מעג שרייבט אינעם וויקי אמת'ע פאקטן וואס האט פאסירט ווען ר' מיכל לעבאוויטש איז געווארן רבי. קינד מיינס ווען איינער פארציילט וואס עס האט פאסירט איז ער נישט קיין בעל מחלוקת (אגב דער פסוק כמתלהלה היורה זיקים שטייט נישט אין תהלים).

דאס זענען די פאקטן צו די ווילסט יא צו די ווילסט נישט, וואס איז שלעכט אז מען דערציילט עס.

איך האב גארנישט קיין פרעזענדליכע שנאה אבער מחלוקת מיט ר' מיכל לעבאוויטש, פארקערט איך הער זיינע דרשות און זיינע קרעכצען, זיינע געשרייען און זיינע משלים (עס איז אויך דא א טעיפ ווי ער אנטפלעקט אז עס איז דא א ביטערע גזירה פון זיעבציג טויזעט קינדער אין אפריקע), איך האלט ער האט רשות צו זיין רבי ווי אלע אנדערע רבי'ס, ער איז א גרויסער קענער און חסידות, ער טויג גיט צו פירן א חסידישע רבישע הויף, אזוי ווי זיינע אלע ברודער'ס און אזוי ווי די גאנצע דזשאבע גזע, וואס זענען באקאנט פאר געזונטע שפילער און גרויסע אקטיאהרן, אבער דאס מיינט נישט אז וועגן דעם זאל מען פארדרייען פאקטן, און זיך נישט צוטועהן מיט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די ערשטע יאהרן, פון זיין רביס'טע, ספעציעל אז נאך היינט צו טאג האט ער נישט קיין פלאץ ביי טויזענטער חסידישע אידן אין מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג.

איך האלט אויך אז די שרעקליכע רדיפות און פיינוגגעגן וואס מען האט געטוהן פאר ר' מיכל איז געווען א גרויסע עבירה, עס איז א חטא וואס קען נישט אזוי שנעל פארצייט ווערן, ווען איך בין ווען די, פארציילט איך ווען אלע שרעקליכע רדיפות און בזיונות וואס ר' מיכל מיט זיינע חסידים האבן מיטגעמאכט, אדרבה ירא הקהל וישפוט, זאל די וועלט זעהן היינט צו טאג, מיט א ניכטערן בליק, צו איז עס געווען ביושר.

אויך וויל איך די אויסלערנען א כלל: אויב די ביזט אזא גרויסע חסיד פון ר' מיכל דארפסטו פארשטיין, אז עס איז בעסער און שטארקער אז מען ברענגט ארויס די זייט פון די גרויסע מחלוקת, ווייל אז מען זעהט ווי מען האט איהם חושד געווען מיט אזעלכע גראבע עבירות, עס איז געווען גביית עדות אזלעכע וואס מען האט נישט געזעהן און דער וועלט, עס איז דא גביית עדות ווי ער פלעגט עסן טריפה, עס איז דא גביית עדות פון עבודה זרה, עס איז דא גביית עדות פון גילוי עריות, (איך פלעג אייביג טראכטן אז אויב איז די אלע גביית עדות אמת, וואלט ר' מיכל געווען רוב פון זיינע טעג איז ער געווען א פשוטע הולטיי, וואס דאס איז זיכער ליגן), און צום סוף איבערצייגט זיך אז רוב פון זיינע קעגענער, האבן שלום גמאכט פאר איהם, און אז רוב גרויסע רביים לעבן בשלום מיט איהם, דאס איז דער גרעסטע באווייז אז ער יא גוט

דער וועגן וויאזוי קלאר מאכן די פאקטן איז נישט מען לאזט עס נישט צו פארציילן, פארקערט מען פארציילט עס און מען פארציילט עס מיט א אמת, אבער די ביסט אזוי היציג אז די קענסט נישט טראכטן גראד.

מיט דעם פארטיג איך מיינע רייד, איך וועל מער דיר נישט ענטפערן פון דעם נושא ווייל אין קץ לדברי רוח.--יודישער שרייבער 16:00, 4 נאוועמבער 2007 (UTC)

מתעסקים[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זייט אזוי גוט, ברענגט עפעס א מקור וועגן דער ארגאניזאציע מתעסקים. א דאנק פאראויס. --פוילישער 13:56, 28 נאוועמבער 2007 (UTC)

בראסלאוו[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ר' יצחק אייזיק פון דובראוונע איז געווען דער איידעם פון ר' נחמן. זיין זון ישראל איז געווארן אן איידעם ביי ר' אהרן טווערסקי פון טשערנאביל. ווער איז געווען ר' ישראל'ס מוטער? --פוילישער 01:41, 2 דעצעמבער 2007 (UTC)

די מוטער פון ר' ישראל דער אייניקעל פון ר' נחמן איז געווען שרה די טאכטער פון ר' נחמן מברסלב, זי איז אוועק שבת חנוכה שנת תקצ"ב. ר' ישראל זעלבסט איז געווען א רבי פון חסידים ביי די טשערנאבלער גזע, איך וועל זיי ביישרייבן געהעריג ביי א געלגעגענהייט. עס איז אינטערעסאנט אז אין דעם ספר יחוס טשערנאביל, שרייבן זיי נישט פון דעם אז ר' ישראל איז געווען א אייניקל פון ר' נחמן מברסלב. זיי לאזין אויס און דעראמנען דאס נישט, פאקטיש איז ר' ישראל אוועק יונג, און זיין ווייב האט חתונה געהאט צו א צווייטער רבי, אבער ער האט איבערגעלאזט קינדער און אייניקלאך רבי'ס, וואס האבן מחבר געווען ספרים אויף חסידות אויפן נוסח פון טשארנאביל, דער יחוס טשרנאביל שרייבט בלויז דער צווייטער ווייב נישט דער ערשטער פארוואס ווייס איך נישט . --יודישער שרייבער 06:19, 2 דעצעמבער 2007 (UTC)

א ייש"כ! --פוילישער 17:59, 2 דעצעמבער 2007 (UTC)

מוצאי שבת[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קענסט אפשר שרייבן וואס שטייט אין ליקו"מ פארוואס שלאפט מען שפעט מוצאי שבת? אגב איך בין ניט זיכער אז ס'פאסט אין דער וויקיפעדיע צו שרייבן תורות פון קליינע חסידותן. ►רוני◄ 16:58, 12 אױגוסט 2008 (UTC)

איך קען עס זייער גערן שרייבן, עס שטייט דארט צוויי טעמים איינס איז א טיעפער ענין פון "חסידות", דער צווייטער איז א דרוש, איך האב בלויז געשריבן דעם פאקט וואס דארט שטייט.

אויב האלטסו אז עס פאסט בכלל נישט אינעם וויקי מעק עס אויס, עס ארט מיך ניט, אבער בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס דאס און ענליכע אנדערע זאכן איז א "שטומפ ארטיקעל", איך מיין עס איז גאנץ קלאהר געשריבן--יודישער שרייבער 17:04, 12 אױגוסט 2008 (UTC)

איך וויל נישט ח"ו טשעפען דיין אמונה. אבער די נארמאלע סיבה איז אז מען גייט שלאפן שפעט וויבאלד מ'שלאפט און מען רוט זיך אויס ביי טאג. דאס איז א זייטיקע תורה אין ליקוטי מוהר"ן און איך מיין אז עס איז נישט וויכטיק אין אן ענציקלאפעדיע. ►רוני◄ 17:13, 12 אױגוסט 2008 (UTC)
אוי טייערער רוני איך ווער בכלל נישט געטשעפעט דערפון, מיין אמונה אין ר' נחמן און אין זיינע זאכן זענען געלויבט השי"ת שטארק ווי אייזען, איך וועל נישט אפקערן דערפון בעז"ה קיינמאהל, אבער איך מיין אז וויבאלד דער וויקי איז א זאמלונג פון אינפארמאציע, און וויבאלד דא איז דער יידישער וויקי, דעריבער קומט אריין יעדער טעם און סיבה וואס שטייט אין אידישע ליטעראטור, לאמיר זאגן ווען איינער א יידישער קאפ, איינער וואס האט קיין שייכות נישט צו חסידות, און אפילו נישט צו יידישקייט, זאל זאגן אזא זאך, אדער זאל שרייבן און זיין בוך דערוועגן, וואלט מען עס זיכער דא געשריבן. די זעלבע אפשר ווייסט איינער אזא ענין אין אנדערע ספרים, זאל ער עס אויך דא צושרייבן, אזוי וועט ווערן א גאנצע זאך.

איך האלט אז אינעם יידישער איציקליפעדיע קומט אריין יעדער יידישער און חסידישער זאך, ווי אימער עס שטייט, און ווער אימער עס זאגט עס, ספעציעל אויב עס שטייט אין די חסידישע ספרים, אדרבה זאל דא ווערן געדרוקט און געשריבן יעדער מנהג, טעם, און אינטערעסאנטע זאך פון די וועלט פון חסידות. זאל דא זיין דער אוצר און אינצעקליפעדיע ווען אימער איינער זיכט עפעס וועגן א חסידישער ענין, זאל ער קענען געפונען אינעם יידישער וויקי.

אבער, קוק, עס גייט מיך בכלל נישט אהן, עס איז א פאקט אז מוצאי שבת קען מען נישט שלאפען, אזוי הייבט דער ליקוטי מוהר"ן אהן "הענין שקשה לישן במוצאי שבת", און אויב פארשטייט איינער אז עס קומט נישט אריין אין דעם ענציקלאפעדיע, קען מען עס מעקען, עס וועט מיך בכלל נישט וויי טועהן.--יודישער שרייבער 20:11, 12 אױגוסט 2008 (UTC)

איך הער. כ'אב דאס געלייגט אונטערן קעפל "מוצאי שבת אין חסידות". א דאנק. ►רוני◄ 20:26, 12 אױגוסט 2008 (UTC)
ר' נחמן האט געשריבן תורות אויף פאקטן, ס'קען זיין אז ר' נחמן אליין האט געהאלטן אז די סיבה וואס מ'לייגט זיך שפעט מוצ"ש איז א נאטורליכע סיבה אבער צודערצו האט דאס אויך אן העכערע סיבה. דאס זעלבע קען ר' נחמן שרייבן למשל די סיבה וואס א מענטש דארף עסן איז ווייל עסן איז בחינת מלכות וכו' אפילו ס'האט א נאטורליכע סיבה. אזוי מיין איך. ►רוני◄ 08:39, 13 אױגוסט 2008 (UTC)