לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:איך

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


פארוואס מעקסטו קאשוי רב'ס תמימות

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איז ער נישט געווען קיין גוזר גזירות אנגאנצען טאג, סאיז דאך געברענגט דארטן 6 דגמאות, ביטע נישט מעקן אן אויפקלערונג.--71.247.172.101 21:40, 15 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אדאנק פארן פארעכטן און נישט סתם מעקן. תזכו למצות--71.247.172.101 21:52, 15 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אליעזר חיים בלום'ס ערשטע מוחאה אלס רבי

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע נישט מעקן זאכן וואס שמעקן דיר נישט סאיז נישט דרך ארץ פון אים אפשר מוחה צו זיין אין פארענט פון ר' זלמן לייב אויף א נארישע זאך, אבער פון מיר איז עס יא דרך ארץ דאס צו דאקומענטירן אויף היסטאריע אפילו עס שמעקט דיר נישט, מעק נישט ווילאנג דו ביסט מודה אינעם פאקט, אויב עס איז לויט דיר א בזיון פאר ר' אליעזר חיים קענסטו אייביג דאס פארשענערן אזוי ווי דו האסט געטאן ביי זיין טאטען און נישט חלילה וחס אויסמעקן אמת'ע פאקטן. דא איז נישט ערלויבט קיין צענזור בשום אין אופן שבעולם.--71.247.173.74 11:00, 17 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אויף וואס דארפסטו א מקור?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך זעה דו האסט געמעקט פארשידענע זאכן 1) אז קאשוי רב האט מוחה געווען אויף טיימאוטס. 2) אז ער האט געהאט התנגדות אינדערהיים נאך אין קאשוי. 3) אז זיינע קינדער האבן אים געברענגט פרישע גזירות כסדר. 4) אז ר' אליעזר חיים האט מוחה געווען קעגן עטרת אברהם אין פארענט פון ר' זלמן לייב. איז אלזא דו האסט אלעס געמעקט נעכטן מיט איין תירוץ איך זאל ברענגן א מקור. לייקענסטו אלע פינעף אדער נאר איינס און די איבעריגע האסטו שוין געמעקט דרך אגב?--71.247.173.74 11:12, 17 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]

התנגדות צו קאשוי רב רבנות

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יענעם בוך שטייט נישט גארנישט פון דעם ענין, עס איז דא צוויי אידן פון דערהיים פון קאשוי וואס איך האב דאס באשטעטיגט מיט זיי הרב שווייד (זיין טאטע איז געווען ראש הקהל אין די ארטאדאקסן) און הרב זופניק. ביידע זענען גאר עלטערע חשובע אידן מיט פובליק פאזיציעס און זיי וועלן נישט זאגן קיין ליגענט אז ר' רפאל בלום איז געווען צו כניאק פאר זייער אסאך ארטאדאקסן אויכט (און אפילו ר' שאול בראך האט אויך געהאט שונאים פון אנדערע רבנים וואס האבן דארטן געוואונט אבער דאס איז שוין אן ארטיקל פאר זיך).--71.247.173.74 20:11, 17 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]

נישט מעקן אז קאשוי רב האט אלעס געאסערט

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו געסט א פארהוילענעם תירוץ אויף דיין מעקונג, אז דאס איז נישט נוגע צו אים פערזענליך וואס אנדערע רבנים טוען, אבער דו מוזט פארשטיין אז דא באציעט מען זיך צו קאשוי רב'ס כאראקטער וואס יעדער איינער האט אים באגרעניצט, ער וועט געדענקט ווערן אלס א בלוט צאפער פון דור, אן עקסטרעמער שטרענגער מענטש וואס האט איייביג אלעס פארשריגן און איז געווען אנטי אנטי אנטי אויף אלעס און אלעמען. און איידל גערעדט קען מען דאס טאקע נישט אזוי גראב שרייבן אין אן אנצקלאפידיע, אבער פארוואס מעקסטו דער פאקט אז זיינע איסורים זענען געווען מער פון אלע רבנים? בשעת ווען ער האט אייביג געאסערט, האבן אנדערע כאטשיג אמאל מתיר געווען. דאס זאגט וואליום'ס און ברענגט זייער שטארק ארויס די ביאגראפיע פון קאשוי רב, ביטע דאס נישט אויסמעקן וווייל דאס איז עיקר אינטערגאלער טייל פון זיין לעבן און שאפן.--Hebrew 10:54, 30 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

מעקן התנגדות צו קאשוי רב אינדערהיים

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאר אויב עס איז לשון הרע, און דאס אז עס איז געווען התנגדות קעגן קאשוי רב, איז דבר ידוע וואס לעבן נאך היינט פילע אידן פון שטאט קאשוי, און זיי זאגן אזוי, 2 אידן וואס לעבן נאך קענסטו פרעגן וואס מען האט דיר שוין געגעבן זייערע נעמען. זופניק און שווייד. דאס אז דו ווייסט נישט דערפון געבט דיר נישט קיין רעכט צו מעקן.--טוב עין 00:23, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

  1. איך האב איבערגעליינט די געצעצען אין עס שטייט בפירוש אז אפ' ביי אידישע ענינים מיז האבען א מקור אויב איינער זאגט אז עס איז נישט אזוי אין אוודאי אויב עס איז לשון הרע
  2. וועגן די צווי נעמען: זופניק וויס איך נישט ווער ער מיינט אבער שוויד יא איך האב אים פרעזענליך געהערט רעדען פין קאשוי רב אין ער איז פין אים געווען א פייערדיגע חסיד ער האט אויף אים אמאל געזאגט "די רבי זאל זיין געזינט וואס איז איין שטיק פין רעבין ז"ל" עס איז נישט מסתבר ער זאל זאגען עפעס נעגעטיוו קעגען קאשוי רב אין היינט קען מען אים שוין נישט פרעגען אפ' ער לעבט וועגען געוויסע סיבות וד"ל
  3. איך טו אסאך אין קאשוי רב'ס היסטאריע אין איך האב שוין גערעדט צי אסאך אלטע קאשויער מענטשען אין קיינער זאגט דאס ניטש
  4. די ביך וואס איך האב געברענגט איז געניג א שטארקע מקור פין וואס די התנגדות איז באשטאנען וויבאלט ער איז נישט געווען דוקא א סימפאטיקער פאר די רעכטע אזוי ווי יעדער קען זען אז מען ליינט די בוך
  5. עס קען זיין אז עס האבן זיך געטראפען מענטשען וואס זענען געווען קעגען אזוי ווי יעדע זאך אין מענטש האט אבער נישט אויף א סיסטעמאטישער אופן אז עס זאל זיין וויכטיג צי שרייבן חוץ אז מען האט דוקא א סיבה צי באשמיטצען

(געשריבן דורך באנוצער:איך

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
  1. טוה מיר א טובה און ליין באשטעטיגן וועסטו זעהן אז מ'קען נישט מעקן אבי געמעקט אפילו דו טרעפסט נישט קיין מקור.
  2. זופניק איז דער באקאנטער רייכע משפחה וואס יעדער איינער קען זיי, ער איז דער ראש הכולל פון זקנים אין בית רחל, און ער וואונט אויף היוז קארנער ליע עוועניו. זיי שטאמן דורות פון קאשוי. אויך די שווייד משפחה וואס זיי זענען מער אשכנז'יש געשטימט זענען געווען ראש הקהל דורות אין קאשוי, אלע האלטן פון קאשוי רב אלס א צדיק און זענען פארברענטע חסידים פון זיין צדקות אבער פאר א תמים און פרומיטשיגער וועלן זיי דיר זאגן קלאר איז ער אייביג געווען באקאנט, און פרעג זיי, אפילו זייערע קינדער, וועסטו קענען באשטעטיגן דעם פאקט. אז עס איז געווען א גרויס התנגדות אין קאשוי דעמאלטס קעגן זיין רבנות.
  3. א זאך וואס דו ווילסט נישט הערן הערסט דו נישט.
  4. די בוך מיינט נישט גארנישט.
  5. סיסטעמאטיש מיינט אז אידן וואס געדענקן וועלן דיר דאס קענען איבערפאציילן.--טוב עין 01:00, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איז קאשוי רב געווען א שטרענגער רב?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אט איז א הודעה וואס באנוצער:איך האט געלאזט פאר באנוצער:hebrew איבער דעם ענין קאשוי רב:


לכבוד היברא:

  1. קודם דארפסטי פארשטיין אז איינער וואס האט אן איינזיטיגען מייננג וועגן אזאך איבערהופט א נעגעטיווע מיינונג דארף זייער אפהיטען אז ווען ער שרייבט זאל ער נישט ווערן פארכאפט אין שרייבן אקטיוויזעם וואס איז נישט די פלאץ און א אינסיקלעפידיע אויף דעם איז דא געניג פארעמס אין בלאגס.
  2. צוויטענס דארפסטי וויסען אז דיין מיינונג אויף קאשוי רב איז איז א שטארקע מינערהייט מיינונג.זייער וויניג מענטשען האלטען אזוי אין נאך וויניגער מענטשען וועלען דאס זאגען אדער שרייבן צי שרייבן מיט אזא זילזול אויף קאשוי רב איז א שטארקע זעלטענהייט אפ' די מענטשען וואס זענען געווען קעגען אים אין זיין לעבן זענען נישט געווען קעגען אויף א זילזולדיגע אופן נאר העכטענס געהאלטען אז ער איז געווען א תמים .
  3. דריטענס זעט מען פין דיין שרייבן אז די האסט דעם אויבן דערמאנטען פראבלעם אין אפ' די שרייבס ווען נישט ארויס אז די האלטס אזוי זעט מען דאס פין דיין שרייבן למשל: די אליינס ביסט זיך סותר מיט שרייבן קודם אז ער האט געזיכט אולא'ס אויף כלל ישראל אין אז ער האט זיך געהאלטען פארן מנהיג הדור אין נאך זאכען וואס טיען אים אראפ מאלען אין זייער א שלעכטען ליכט אין צום סוף לאסטי אז אפ' זיינע קריטיקירער האבן געהאלטען אז ער איז מער תמים ווי שלעכט
  4. צי שרייבן אז ער האט אייביג געאסערט אלעס וואס נאר איין רב האט געאסערט איז נאריש אין נישט ריכטיג איך וועל דיר געבען א קליינע משל: אין שו"ת ברכת שמים איז דא א חשובה מיט עטליכע בריוו צום פאפא רב זצ"ל וועגען א געוויסע הלכה אין הלכות שבת ווי פאפא רב אסערט אין ער איז מתיר אין אפ' נאכדעם וואס פאפא רב שרייבט אים עטליכע מאל זיינע טענות לאיסור קען ער נישט פוילען אז ער זאל אסערען.
  5. וועגען די התנגדות איז נישטא קיין מקור אויף די פאקט וועגען אן התנגדות פין ארטאדאקסישע אידן אין שרייבן וואס מען האט געהערט אן א מקור קען יעדער שרייבן וואס מען וויל אין עס פארלירט די ווערט אין עס איז קעגען די געזעצען פין וויקיפידיע. נאך מער די ביך וואס איך ברענג וועגען די התנגדות איז געשריבען דורך איינעם וואס איז נישט דוקא א סימפאטיקער צי רעכטס ער איז מער נוטה צי לינקס ער באשרייבט מער אין ווארימער די לינקע אין ציוניסטישער עלעמענט אין אויב וואלט עס אמת געוועזען וואלט ער נישט געשריבען אז נאר די נעלאגען זענען געווען קעגען זיין רבנות.

איך 00:16, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
  1. דער באשולדיגונג איז לעכערליך, ווייל דיין איינזייטיגקייט איז ווי א שוואנץ, א טיפיקל חסיד וואס וועט מעקן אלעס וואס אים שמעקט נישט אמת איבער זיין רעבין, דו מאכסט מיך לאכן מיט דעם איינזייטיגקייט ווען יעדער איינער זעהן אז דו האסט נישט קיין אנדערע דאגות נאר דא שרייבן פון איין איינציגע אישו: אלס א באנוצער וואס האט נאך גארנישט געשריבן אין וויקיפעדיע נאר פראפעגאנדע איבער קאשוי רב.
  2. אז טאמער דו ביסט מודה אז רוב וועלט האט אים געהאלטן פאר א תמים, ביסטו דאך מודה אז רוב וועלט האט געזען אין אים א מענטש וואס האט אלעס געאסערט. דער חילוק איז נאר צו דאס קומט פון שלעכטיגקייט צו פון תמימות. און אויף דעם קען מען זיך שוין מתווכח זיין. צו דער רוב איז מיט דיר צו מיט היברו.
  3. די אלע דריי זאכן קוקען נישט אויס ווי קיין סתירה, ער איז געווען א תמים, און דעריבער האט ער זיך געהאלטן פאר דער איינציגער מנהיג הדור, און דאס האט ער נעבעך זיך איינגערעדט אז מיטן טרעפן יעדן טאג נייע פירצות איז ער דער גרעסטער צדיק.
  4. אויף דעם ביסטו גערעכט אז די צרות פון זיינע פראטעסטן האבן זיך מער פארמערט ווען סאטמאר רב איז געשטארבן, פאר דעם האט ער אפילו אנערקענט די אגודה, און זיך אויסגעדרוקט אויף הרב קוק פאזיטיוו, אבער שפעטער האבן אים די קינדער געברענגט פארשידענע סטראגעטיעס און ער ברוב תמימותו האט זיי נאכגעבאמבעלט.
  5. דאס איז נישט לשון הרע. ממילא קענסטו דאס נישט מעקן.--טוב עין 00:45, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ענטפער פון באנוצער:איך

  1. איך וועל נישט לייקענען אז איך בין איינזייטיג אויף קאשוי רב נאר אז די ליינסט גיט האב איך געשריבען אז די פראבלעם איז אז מען האט א נעגעטיווע מיינונג וואס דעמאלט זיכט מען צי באשמיצען משא"כ אוב מען זיכט פאזעטיוו שרייבט מען נאר גיטס אין גיטס קען נישט שאטען
  2. וועגען נישט לאזען וואס עס שמעקט נישט: קענסטי אליינס זען אז אסאך זאכן וואס עס וועט נישט שמעקען פאר א שוואנץ - ווי די ריפס דאס - שטייט דארט איך מעק נישט נאר ליגענט אדער וואס איז נישט געשיבן מיט נערמאלקייט
  3. וועגען גארנישט שרייבן: אמת איך שרייב כמעט נישט אין ווען נישט איינער שרייבט זייער נעגעטיוו וואלט איך נישט געשריבען דאס אויך נישט אבער די ביסטגראדע נישט גערעכט וויל איך האב שוין געשריבען נאך עפעס די סיבה איז וויל איך קען נישט שנעל טייפן אין איך בין נישט קיין פארפעשענעל שרייבער
  4. וועגן תמים: איך שרייב נישט אז רוב וועלט האט געהאלטען פאר א תמים אין אפ' יא מיינט דאס נישט אז ער האט אלעס געאסערט

איך 01:53, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דו שרייבסט יא אסאך, און מ'זעהט אז דו ביסט א גוטער שרייבער, איך האלט אז דו האסט דא דעם אנדערן נאמען, שמאלץ און נאך, און זאג נישט קיין ליגענט אז דו שרייבסט נאר וועגן קאשוי רב. דו האסט פשוט אויסגעוועלט א באזונדער נאמען פאר קאשוי רב'ס ארטיקל. און מיט דעם נאמען וואטשטו נישט צו שרייבן עפעס אנדערשט נאר וועגן דעם דו ביסט א פראפעשנעל טייפער. מ'זעהט דאס אז אפילו די טעותים וואס דו מאכסט איז אויסגערעכנט, כדי צו וויזן א פנים אז דו טויגסט נישט געהעריג אבער דו פאפסט קיינעם נישט.--טוב עין 02:17, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

וויסן זאלסטו אז עס דא נאך אסאך לשון הרע'ס אויף אים

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  1. דער חילול ה' וואס ער האט אנגעמאכט מיטן נישט באצאלן דעם שטעטל געהעריג ווען אלע צייטונגן האבן פראמיניט באריכטעט איבער די גניבות פונעם קאשוי שטעטל, איך געדענק נישט צו דאס איז געווען טעקסעס צו בכלל גארנישט באצאלט.
  2. ביי די פלייש פרשה ווי ער האט זיך אויפגעפירט אומענשטליך און עס איז דאן געווען טעיפס ווי מ'האט בפירוש געזען אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומייכון פון וואס ער האט גערעדט און ער האט נאר נאכגעוויינט וואס זיינע קינדער האבן אים פארגעשריבן.
  3. דו קוק און אגודה.

אבער איך האב נישט קיין מקור און דאס איז לשון הרע קען איך דאס נישט שרייבן.--טוב עין 00:49, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

  1. די זאכן וועגען קוק אין אגודה איז סתם שקר קען זיין די מיינסט הערצעל אין דארט האט ער אויך נישט אוסגעדריקט פאזעטיוו נאר געשריבען עפעס וואס מען האט שלעכט פארטאטשט
  2. עס איז באוויסט אז אין אנהייב אממעריקע איז ער געגאנגען אין שליחות פין סאטמער רב רעדען אנטקעגען די אגודה ביי א אגודה קאנווענטשען אין מען האט אים פין דארט פארטריבען אין דער איד איז דעמאלט געווען א מחאה דעראויף
  3. וועגען די שטעטעל: איך האב אלע צייטאנגען פין יענע פרשה אין איך וויס נישט וועלעכע חילול השם די רעדסט. עס איז געווען א פושעטע געריכט געראנגעל וויל די שטאט פין וועם מען האט אבגעקופט די שטעטעל האט עס נישט איבערגעגעבן ביז א יאר אין און די צייט זענען אלע גרוסע בנינים - וואס איז געווען רוב ווערט - איז חרוב געגאנגען אין עס איז געווען א טענה אז די פלאץ איז וויניג ווערט אן דעם צום סוף האט מען באצאלט בערך 700,000 דולער א שפיעל קעגען די ווערט פין קרקע אין יענע געגענט וויל די געריכט האט געזען אז קאשוי איז גערעכט
  4. אין די פלייש וויל איך נישט אריינגיין ווייל עס איז א זייער לאנגע סגיא אבער אז די ווילסט וויסען די אמת איז דא ספרים אויף דעם

(געשריבן דורך באנוצער:איך)

איך בין לעת עתה, נישט גרייט צו ענטפערן ווייל איך האב נישט די מקורות אין פארענט פון מיר. אבער איך פאדער אויף יעדן ליינער זאל ענטפערן דעם קאשוי חסיר דא, נישט ווייל נצחון אדער שנאה צו קאשוי רב, נאר ווייזן אז וויקיפעדיע טאר זיך נישט לאזן דיריגירן פון חסידים וואס ווילן טוישן היסטאריע פון זייער רעביס מיט שקר.--טוב עין 02:07, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע נישט צוגעליכענען קאשוי רב צו ר' זלמן לייב טייטלבוים

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס אז ר' משה טייטלבוים איז גלייך צו זיין זון ר' אהרן קען זיין, אבער אז קאשוי רב איז ר זלמן לייב זאג נישט ווייל זאלי האט מער שכל. קאשוי רב איז מער גלייך צו ר' זלמן לייב פילאפ. ווי ר' זלמן לייב טטייטלבוים.--טוב עין 03:22, 3 יולי 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע נישט טוישן אן אויפקלערונג איבערהויפט אז פאר דעם איז מען דן אין דעם

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קוק אין די לעצטע ענדערונגן פאר דו טוישט עפעס און אויב דו האסט געקוקט און דו רופסט דיך נישט אן גארנישט און דו טוישט טראץ אנגענומענער מיינונג ביסטו א וואנדאל וואס רעכענט זיך נישט מיטן וויקיפעדיע'ס ציבור. דו האסט דאס געטוישט נאכדעם וואס מען האט דן געווען דערין דא--יאנוש 14:24, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC) אנטשאלדיגט

איך האב נישט באמערקט די דיון

איך 14:41, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

איז דאן ביטע טו קיינמאל נישט טוישן א זאך פאר דו קוקסט אין לעצטע ענדערונגן אויב עס איז דא א נושא דערוועגן. און אויך ענטפער אויפן פלאץ פון ווארעונג אז מען זאל וויסן אז דו האסט געהעריג גענטפערט ווען מען קוקט דיין רעדן בלאט. יישכ--יאנוש 14:45, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

דיין שרייבן הודעות אויף אנדערן'ס רעדן בלעטער אן קיין חתימה פארשווערט די פראצעס פון זעהן פונקטליך וואס דו ביסט און וואס דו ווילסט. עס איז א אנגענומענער פאליסי אז מען שרייבט זיך דא אונטער. ווען מען רעדט--יאנוש 15:11, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)