א יידישע מאמע
א יידישע מאמע איז א יידיש ליד וואס איז געשריבן און קאמפאזירט געווארן אין די פאראייניקטע שטאטן פונעם דזשעק יעלען (Jack Yellen). דאס ליד איז געווארן בארימט דורך בעל בייקער און סאפי טאקער (Sophie Tucker) און שפעטער דורך די שוועסטער בארי.
אין יאר 1928, נאך איר מוטערס טויט האט סאפי טאקער רעקארדירט דאס ליד אין Columbia Records. איר דורכפירונג וואס האט געבראכט דעם ליד צום פינפטער ארט אין די רשימה פון לידער געשפילט אין די פאַראייניקטע שטאטן. דעם רעקארד, מיטן ליד אין יידיש אויף איין זייט און ענגליש אויפן צווייטער זייט האט מען פארקויפט אין מיליאנען קאפיעס. אין 1967 האט לעא פולד געזונגען דאס ליד אין יידיש און ענגליש אלס איין ליד און דאס האט געהאט זייער א גרויסן דערפאלג וועלטלעך. דאס ליד איז איבערגעזעצט געווארט אין צענדליקע שפראכן און איז געהאלטן די מערסט באַרימט יידיש ליד.
דאס ליד איז איבערגעזעצט אויף העברעיש דורך אבי קורן און געזונגען דורך א סך זינגעס און חזנים, צווישן זיי יפה ירקוני און דודו פישער.
דאס ליד דערציילט וועגן א זון וואס גייט איר ארמיי. ער לויבט די יידישע מאמע און שפילט אויף כאראקטעריסטישע סטערעאָטיפן פון דער יידישער מאמע. די אומעטיקע ווערטער און מוזיק סימבאליזירן א געפיל פון בענקשאפט נאך די אלטע וועלט און שולד-געפילן וועגן זיין אפפאר און אסימילאציע אין אמעריקאנער געזעלשאפט
די ווערטער פון ליד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך װיל בײַ אײַך אַ קשיא פֿרעגן,
זאָגט מיר װער עס קען:
מיט װעלכע טײַערע פֿאַרמעגנס
בענטשט גאָט אַלעמען? ...
צוזונג:
אַ ײִדישע מאַמע,
עס גיבט ניט בעסער אין דער װעלט
אַ ײִדישע מאַמע,
אױ, װײ, װי ביטער װען זי פֿעלט!
װי שײן און ליכטיק איז אין הױז
װען די מאַמע איז דאָ;
װי טרױעריק פֿינצטער װערט װען גאָט
נעמט איר אױף עולם הבא!
...